א ווארט פון דר. הרב אברהם יהושע טווערסקי

הרב דר. אברהם יהושע טווערסקי ווערט פאררעכנט היינט אלס איינער פון די גרעסטע עקספערטן אין די וועלט איבער דעם ענין פון אדיקשאן בכלל און איבער אדיקשאן צו וואטשן פארנאגראפיע און אנדערע אומגעזונטע סעקסישע אויפפירונגען בפרט. הרב טווערסקי האט ערפארונג פון איבער פערציג יאר זיך אפגעבן מיט עדיקטס און אזוי אויך איז ער דער גרינדער און לאנגיעריגער פירער פון דעם ‘געיטוועי’ צענטער פאר ריהאביליטאציע פון דראג עדיקשאן, וועלכע געפונט זיך אין פיטסבורג, פענסילוועניע.

הרב טווערסקי איז אויך פאר פילע יארן געווען איינער פון די הויפט דאקטוירים אין דעם פסיכיאטרישען אפטיילונג פון דעם סט. פרענציס שפיטאל אין פיטסבורג. אזוי אויך האט הרב טווערסקי אויפגעשטעלט דעם מוסד ‘שער התקווה’, אין דעם זעלבן גייסט פון ‘געיטוועי’, וועלכע גיבט זיך אפ מיט ארויסהעלפן געוועזענע פאברעכער וועלכע זענען שוין ארויס פון תפיסה, זיך אוועק שטעלן אויף די פוס און ווערן ערליכע מענטשן. הרב טווערסקי האט שוין ארויסגעגעבן צענדליגער ביכער איבער פילע נושאים, צווישן זיי פילע וועלכע זענען דירעקט געווידמעט איבער אדיקשאן.

אלס אזא געשעצטער פערזענליכקייט, פארנעמט עס א גרויסער חשיבות, וויאזוי הרב טווערסקי זעהט דעם פראבלעם און דעם לייזונג צו דעם מגיפה פון וואטשן אומאויסגעהאלטענע ווידיאוס און פראגראמען אויפן אינטערנעט וכדו’. די פאלגענדע שורות האט הרב טווערסקי לעצטענס געשריבן:

דרשות און שיעורים איבער שמירת עיניים האבן בדרך כלל נישט קיין שום השפעה איינמאל דער מענטש ווערט אדיקטעד. פון מיין ערפארונג פון העכער פערציג יאר אלס א פסיכיאטרישער דאקטער קען איך עדות זאגן אויך פסיכאלאגישע הילף, און אפילו פסיכיאטרישע מהלכים האבן געווענליך נישט קיין פאזיטיווע אפעקט

“איך גלייב אז אין אונזער דור, דער גרעסטער פראבלעם מיט וועלכע מיר פארמעסטן זיך איז דאס ברייטע און גרינגע צוטריט וואס מיר האבן צו קענען זעהן אומאויסגעהאלטענע זאכן אויפן אינטערנעט. די דאזיגע מגיפה האט שוין אפעקטירט אזעלכע מענטשן וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געגלייבט אז זיי זענען בכלל אין א סכנה פון דעם, און דאס מאכט נישט קיין אונטערשייד צווישן פרומע און פרייע, ארבייטער, פראפעסיאנאלן אדער כולל אינגלייט און תלמידי חכמים. דער דאזיגער צרה צושמעטערט און מאכט חרוב דאס לעבן פון די אידן אינגאנצן, און די גרעסטע קרבנות פון דעם זענען נאך די צובראכענע פאמיליעס און די אומגליקליכע קינדער וועלכע ליידן זיך אן.

דרשות און שיעורים איבער שמירת עיניים האבן בדרך כלל נישט קיין שום השפעה איינמאל דער מענטש ווערט אדיקטעד. פון מיין ערפארונג פון העכער פערציג יאר אלס א פסיכיאטרישער דאקטער קען איך עדות זאגן אויך פסיכאלאגישע הילף, און אפילו פסיכיאטרישע מהלכים האבן געווענליך נישט קיין פאזיטיווע אפעקט. די איינציגסטע זאך וועלכע ארבעט איז דאס גיין צו גרופעס וועלכע גיבן הילף און שטיצע, בעיקר פון מענטשן וועלכע האבן זיך ערהוילט פון דעם זעלבן שווערן מצב.

יעדע וואך באקום איך אין דורכשניט פינף נייע קעיסעס מיט דעם פראבלעם. איך קען פערזענליך פילע מענטשן וועלכע זענען געראטעוועט געווארן דורך די 12 סטעפ פראגראמען, און איך קען נישט קיין שום אנדערע וועג וואס האט געהאט אזא הצלחה מיט ראטווען מענטשן, און גאנצע משפחות, אזוי ווי דאס האט מצליח געווען.”