די 12 טראדישאנס

א. אונזער געמיינזאמער וואוילזיין איז די ערשטע פריאריטעט, די ערהוילונג פון יעדן יחיד איז געוואנדן אין די פאראייניגטקייט פון פי. עי.

ב. פאר דעם ציל פון אונזער גרופע איז פארהאן נאר איין העכסטער אויטאריטעט – א ליבער גאט, וויאזוי ער געבט זיך אונז צו דערקענען דורך דעם געוויסן פון די גרופע. אונזערע פירערס זענען נאר פארטרויליכע באדינער, זיי טוען נישט הערשן.

ג. די איינציגסטע זאך וואס פאדערט זיך אויף צו קענען זיין א מעמבער אין פי. עי. איז א ווילן אויפצוהערן זיך איינקוקן אין פארנאגראפיע.

ד. יעדע גרופע דארף זיין זעלבסטשטענדיג, אויסער אין אזעלכע אנגעלעגענהייטען וועלכע קענען אפעקטירן אנדערע גרופעס, אדער די עצם געזעלשאפט פון פי. עי.

ה. יעדע גרופע האט איין נאר איין הויפט אויפגאבע – צו ברענגען איר מעסעדזש צו דעם פארנאגראפיע עדיקט וואס ליידט נאך.

ו. א פי. עי. גרופע טאר קיינמאל נישט אינדארסירן, פינאנצירן אדער לאזן נוצן דעם פי. עי. נאמען צו קיין שום פארבינדענע מוסד אדער פאר קיין דרויסנדיגע אונטערנעמונג, כדי אז פראבלעמען פון געלט, פראפערטי און כבוד זאלן אונז נישט אוועקפירן פון אונזער הויפט אויפגאבע.

ז. יעדע גרופע דארף זיך אינגאנצן אליינס אויסהאלטן. זי טאר נישט אננעמען דרויסנדיגע נדבות.

ח. פארנאגראפיע עדיקטס אנאנימוס דארף אויף אייביג פארבלייבן אומפראפעסיאנאל, אבער אונזערע סערוויס צענטערן מעגן אויפהאלטן באצאלטע ארבייטער פאר ספעציעלע פליכטן.

ט. פי. עי. זעלבסט טאר קיינמאל נישט ווערן ארגאניזירט; אבער מיר מעגן אוועקשטעלן א וועד אדער קאמיטעען וועלכע זענען דירעקט פאראנטווארטליך פאר די וועמען זיי סערווירן.

י. פאראנגראפיע עדיקטס ענאנימוס האט נישט קיין שום מיינונג אויף דרויסנדיגע אנגעלעגענהייטן; דערפאר זאל דער נאמען פי. עי. קיינמאל נישט ווערן אריינגעצויגן אין עפענטליכע קאנטראווערסיעס.

יא. אונזער מהלך פון באציאונגען מיטן ציבור איז באזירט אויף דעם געדאנק אז אנדערע זאלן ווערן צוגעצויגן צו אונז ענדערש ווי אז מיר זאלן זיך פובליצירן; מיר דארפן שטענדיג בלייבן אנאנים בשייכות מיט די פרעסע, ראדיא, פילמס אדער טעלעוויזיע.

יב. אנאנימקייט איז דער גייסטיגער פונדאמענט פון אלע אונזערע טראדיציעס, דאס דארף אונז אלעמאל דערמאנען צו שטעלן די פרינציפן העכער פון פערזענליכקייטן.