שליס זיך אן אצינד צו פארנאגראפיע עדיקטס ענאנימוס

אויב דו פארמעסט זיך מיט קוקן פארנאגראפיע אויף א צוואנגהאפטיגן אופן (סיי וועלכע סארט פארנאגראפיע: בילדער, ווידיאוס, עראטישע לייען מאטריאל, טשעט, טעקסט, עראטישע שמועסן וכדומה), אויב האסטו שוין פרובירט מערערע מאל אויפצוהערן אבער עס גייט דיר נישט, ביסטו אנגעקומען צום ריכטיגן פלאץ. דא, ביי “פארנאגראפיע עדיקטס ענאנימוס” וועסטו טרעפן דעם לייזונג וואס דו זוכסט און דעם וועג ארויס צו א לעבן באפרייט פון דעם שעבוד און קנעכטשאפט צו אדיקשאן. אויף אונזער וועבסייט וועסטו טרעפן אסאך אינפארמאציע אויף דעם צוועלעף סטעפ פראגראם, און מיר טוען שטארק רעקאמענדירן אז דו זאלסט אויספילן דעם פארם זיך איינצושרייבן, כדי צו באקומען צוטריט צו נאך א גאנצע רייע פון מעגליכקייטן וואס קענען דיר העלפן אין דעם פארמעסט, אזוי ווי רעגלמעסיגע אימעילס און נאך.

דיין נייער אקאונט וועט דיר העלפן באקומען פרטים איבער דעם פראגראם, תוכנ’פולע שמועסן, פראקטישע עצות און שריט וואס איר קענט טון זיך צו רוקן פאראויס און די מעגליכקייט צו שטיין אין שטענדיגע פארבינדונג מיט אונזערע ערפארענע מעמבערס.

זיך איינשרייבן אין פי-עי קאסט נישט קיין געלט, און זעלבסטפארשטענדליך, איז דאס גענצליך אנאנים. עס איז אונזער העכסטער פריאריטעט אפצוהיטן די פריוואטקייט פון אלע אונזערע איינגעשריבענע און מיר טוען אלעס מעגליך כדי דאס אפצוהיטן.

נכון לעכשיו, "מכורים לפורנו אנונימיים" עדיין לא התחיל את הפעילות עם נשים מכורות. אנו מקווים להתחיל בקרוב, ובינתיים ממליצים להיעזר בארגונים אחרים המציעים עזרה, כמו ארגון שמור עיניך לבנות, בלינק הבא.