שליס זיך אן אין א לעבעדיגע גרופע פון PA

די 12 סטעפ פראגראם פירט מען אויס דורך זיך אנשליסן אין א גרופע, וואו מען טרעפט זיך מיט אנדערע חברים וועלכע פארמעסטן זיך מיט דעם זעלבן פראבלעם און באנוצן זיך מיט דעם זעלבן לייזונג. די גרופעס זענען די הארץ פון דעם פראגראם און זיי טראגן דעריבער א שטארקע חשיבות.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די גרופעס זענען הונדערט פראצענט אנאנים און מען היט אפ גאר שטרענג די פריוואטקייט פון די באטייליגטע. עס טאקע צוליב דעם וואס מיר האבן אוועק געשטעלט אז יעדע גרופע האט איין מעמבער וועלכער איז אחראי אויף אננעמען נייע חברים, און יעדער נייער חבר וואס וויל זיך אנשליסן אין די גרופע דארף צוערשט אפהאלטן א שמועס מיט דעם אחראי וואס וועט אים צוגרייטן צו דעם.

אויב האסטו באשלאסן אז דו ווילסט אנהייבן מיט אן ערנסטקייט דעם פראצעדור פון ארבעטן דעם 12 סטעפ פראגראם און דו ווילסט זיך אנשליסן אין א גרופע, דאן פילט אויס דעם פארעם און מיר וועלן זיך פארבונדן מיט אייך אין די פריעסטע געלעגענהייט און אראנזשירן פאר דיר זיך אנצושליסן אין א גרופע אין דיין געגענט.

אויב דו ביסט נאך נישט זיכער צו דער פראגראם איז פאסיג פאר דיר און צו דו ביסט גרייט זיך אנצושליסן אין א לעבעדיגע גרופע, טוען מיר דיך איינליידענען זיך צו פארבונדן מיט אונז און מיר וועלן זיך פרייען דיר צו העלפן מיט יעוץ און הדרכה. איר קענט אונז רופן אויף דעם האטליין: 732-659-0627 אדער דורך אימעיל אויף yiddish@p-a.online

פאר מער אינפארמאציע איבער לעבעדיגע גרופעס דרוק דא.

Powered by ARForms   (Unlicensed)