אלעס וואס דו דארפסט וויסן איבער לעבעדיגע גרופעס

די פאלגענדע אינפארמאציע קען דיר העלפן באשליסן אויב דו ווילסט זיך אנשליסן אין א לעבעדיגע גרופע.

וויאזוי שליסט מען זיך אן אין א גרופע?

אויב דו ביסט אינטערעסירט זיך אנצושליסן אין א לעבעדיגע גרופע, טוען מיר דיך איינלאדענען צו א פערזענליכן טעלעפאן שמועס מיט איינעם פון אונז, כדי מיר זאלן קענען צוזאמען אויסארבעטן וואס איז דאס בעסטע פאר דיר. אויב דו ווילסט נישט יעצט רעדן אויפן טעלעפאן צו איינעם קענסטו אונז שרייבן אין אימעיל אויף yiddish@p-a.online וואו דו וואוינסט און מיר וועלן דיר שיקן די פרטים פון דעם סעקרעטאר פון די גרופע אין דיין געגענט און דו וועסט עס קענען אויסארבעטן מיט אים.

געווענליך וועט דער סעקרעטאר זיך וועלן טרעפן מיט דיר פערזענליך איידער דו קומסט צו דעם גרופע. דאס איז וויכטיג סיי צו פארזיכערן אז עס קומען נישט אן אהין אזעלכע וועלכע באלאנגען נישט דארט, און סיי דיר צו געבן חיזוק און שטיצע פאר דו קומסט די ערשטע מאל. דאס באגעגענען זיך מיט א חבר איידערן קומען צו די גרופע וועט דיר העלפן זיך שפירן באקוועמער ווען דו וועסט אנקומען אהין.

עס קאסט געלט צו קומען צו די גרופעס?

ניין. עס קאסט בכלל נישט קיין געלט צו קומען צו די גרופעס. אין רוב גרופעס איז דא א קליינער סכום געלט וואס די חברים זענען זיך משתתף צו דעקן די קאסטן פון כיבוד אד”ג, אבער אפילו דאס איז נישט קיין חיוב.

וויאזוי פירן זיך די גרופעס?

יעדע גרופע האט זיך זיין גייסט און זיין אטמאספערע, אבער בדרך כלל וועלן זיך די גרופעס אנהייבן מיט דעם וואס יעדער שטעלט זיך פאר מיט זיין ערשטן נאמען, נאך דעם לייענט מען עפעס איבער די סטעפס און נאכדעם איז דא צייט פאר די מעמבערס מיטצוטיילן מיט די אנדערע וואס קומט פאר אין זיין לעבן. זיינע פארמעסטן, זיינע הצלחות און אויך זיינע דורכפעלער. און אזוי אויך איבער די ארבעט אויף די סטעפס אא”וו.

מוז מען רעדן ביי א גרופע?

ניין, קיינער מוז נישט רעדן, בפרט נישט ווען מען איז ניי. אבער אויב דו שפירסט זיך באקוועם, דעמאלס קענסטו רעדן. עס איז אבער כדאי צו פארשטיין, אז דער ציהל איז אז יעדער זאל ווערן גענוג באקוועם אז ער זאל טאקע אנהייבן צו רעדן און מיטטיילן זיין לעבן, ווייל דאס איז דער וועג וויאזוי מען ווערט ‘א טייל’ פון די גרופע, און אזוי אויך ווייל דער עצם מיטטיילן איז א חשוב’ער טייל פון דעם גאנצן פראצעדור (עס העלפט אוועק נעמען די בושה און שולד געפיהלן, און בעיקר, די איינזאמקייט).

אבער איך האב דאך מורא אז איך וועל טרעפן א באקאנטן?

די גרופע איז גענצליך אנאנים, דאס מיינט, אז מען דערמאנט אפילו נישט דעם לעצטן נאמען. עס איז אלעמאל דא א שטיקל מעגליכקייט אז דו וועסט טרעפן איינעם וועמען דו קענסט, אבער דו דארפסט נישט מורא האבן אז דאס וועט ארויסרינען צו די גאס, ווייל אלע חברים האבן זיך פארפליכטעט צו האלטן די פריוואטקייט פון אלע אנדערע (און אויסער דעם, וואס וועט ער פארציילן? אז ער האט אויך דעם פראבלעם, און ווען ער איז געגאנגען צו א גרופע זיך צו העלפן פון דעם פראבלעם האט ער דיך דארט געטראפן ווי דו פרובירסט זיך אויך צו העלפן?…)

און לאמיך דיך פרעגן, וויפיל מענטשן קענסטו וואס גייען צו די גרופעס?

פון דעם תשובה וועסטו אליינס פארשטיין אז יעדער וואס גייט האלט די אינפארמאציע זייער פריוואט.

איז דא א מעגליכקייט צו באקומען פערזענליכע הילף?

זיכער אזוי. איינס פון די חשוב’סטע כלים און דעם פראגראם רופט זיך א “ספאנסער”, דאס איז למעשה א מעמבער וועלכער איז שוין אין דעם פראגראם לענגער און ער האט שוין געארבעט די סטעפס און ער איז שוין ריין פאר א שטיק צייט. זיין תפקיד איז צו זיין ווי א שטיקל מדריך פאר דעם נייעם מעמבער. דער ספאנסער איז ‘נישט’ קיין טעראפיסט אדער א פראפעסיאנאל, ער איז דיך מדריך לויט וואס ער האט אליינס געטון. ער דערציילט און ווייזט אן פאר דעם נייעם חבר וויאזוי ער אליינס ארבעט די סטעפס און אזוי אויך קען ער געבן הילף און שטיצע אין צייטן ווען מען דארף עס וויכטיג.

עס זענען פארהאן ביכער וואו איך קען לייענען איבער דעם פראגראם?

עס זענען פארהאן עטליכע ביכער. מיר זענען ממליץ אנצוהייבן מיט “דעם קליינעם בוך”, דאס איז א קורצער, פונדאמענטאלער בוך וועלכער פארמאגט אלע וויכטיגע אינפארמאציע איבער זיך אנשליסן אין דעם פראגראם פון די סטעפס און וויאזוי מען פירט זיי אויס. אזוי אויך איז דא דער באקאנטער “גרויסער בוך”, דער ערשטער בוך איבער דעם 12 סטעפ פראגראם, וועלכע איז געשריבן געווארן דורך די וועלכע האבן געגרינדעט אלקאהאליקס אנאנימוס פראגראם. דער בוך איז געשריבן געווארן, פארשטייט זיך, פאר די וועלכע ליידן פון אדיקשאן צו אלקאהאל, אבער עס איז פאקטיש אן אויסגעצייכענטער בוך אויך פאר אונז, און עס איז זייער ראטזאם עס צו לייענען.

וואס נאך דארף איך וויסן?

יעדער איינער טוט אויפנעמען דעם ערשטן באזוך ביי אזא גרופע אויף זיין פארנעם, מיט זיינע חושים. און דאס קען זיין זייער אנדערש פון איינעם ביז’ן צווייטן. עס זענען דא אזעלכע חברים וועמען עס כאפט גלייך א שטארקע התלהבות צו דעם און זיי שפירן גלייך ווי זיי ‘קאנעקטן’ זיך צו די גרופע און צו די אנדערע חברים, זיי הייבן גלייך אן ארבעטן די סטעפס מיט א ספאנסער און זיי גייען גראד ארויף אויף דעם נייעם וועג.

ווידער זענען פארהאן אנדערע חברים וואס עס גייט זיי שווער ביים אנהייב. זיי ‘קאנעקטן’ זיך נישט און זיי כאפן נישט וואס גייט פאר אין דעם גרופע. אמאל מאכט זיך אז א חבר קומט אן צום ערשטן מאל און ער באגעגענט זיך מיט א שטאנדהאפטיגע גרופע פון חברים וועלכע זענען שוין ריין פאר א תקופה, וואס קענען זיך איינער מיט’ן צווייטן, וועלכע רעדן צווישן זיך געוויסע ווערטער וואס ער פארשטייט נישט. דאס קען אביסל אפשרעקן. און טאקע דערפאר איז ראטזאם אז מען זאל נישט באשליסן נאכ’ן ערשטן מאל צו מען וויל ווייטער קומען, נאר מען זאל זיך משתתף זיין לכל הפחות ביי זעקס מיטינגען אויף א רעגלמעסיגן וועג, און נאר נאכדעם זאל מען באשליסן צו מען וויל ווייטער גיין מיט דעם אדער נישט. געווענליך, נאך זעקס מאל פארשטייט מען שוין אביסל בעסער וואס די גרופע איז, וואס די סטעפס זענען און וויאזוי עס ארבעט, דעמאלס איז מער פאסיג צו באשליסן צו דאס איז צוגעפאסט פאר דיר אדער נישט.

נאך וואס דו ביסט געווען די ערשטע מאל ביי א גרופע, וואלט געווען א גוטע זאך ווען דו שרייבסט צו אונז אן אימעיל צו דערציילן וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, צו פרעגן סיי וועלכע פראגעס וועלכע עס האבן זיך דיר געמאכט און סיי וועלכע אנדערע זאך וואס דו שפירסט אז דו וואלסט אונז געוואלט דערציילן און מיר וועלן זיך משתדל זיין דיר ארויסצוהעלפן מיטוואס מיר קענען אז עס זאל זיין פאר דיר א פאזיטיווע עקספיריענס און עס זאל דיר העלפן אויפהערן צו פאלן און זיך ערהוילן פון דיין יעצטיגן מצב.