די 12 סטעפ פראגראם אויף איין פוס

די 12 סטעפ פראגראם האט שוין געראטעוועט הונדערטער און טויזענטער חברים וועלכע זענען אנגעקומען דא אהער ווייל זיי האבן נישט מצליח געווען אויפצוהערן צו פאלן און היינט זענען זיי ריין, פרייליך און צופרידן.

אבער וואס איז דאס דער פראגראם און וואס זענען די 12 סטעפס? איז אזוי; דער פראגראם איז אנטוויקלט געווארן העכער אכציג יאר צוריק דורך צוויי אלקאהאליקער וועלכע האבן שוין געהאט פרובירט יעדע אנדערע וועג בכדי אויפצוהערן צו טרונקען אבער עס איז זיי נישט געלונגען. דאן האבן זיי אנטדעקט, אז דארט ווי פסיכאלאגיע און מעדיצין זענען דורכגעפאלן, דוקא דארט האט רוחניות יא געארבעט. אין אנדערע ווערטער, זיי זענען געקומען צום פארשטאנד אז זיי דארפן א גענצליך טויש איז זייער לעבנס-צוגאנג, א טויש וואס נעמט אריין דעם גאנצן לעבן, נישט סתם א לייזונג צו דעם ספעציפישן פראבלעם פון באהערשן דעם רצון צו טרונקען.

אין די סטעפס אליינס איז נישט פארהאן קיין שום אויסטערלישען חידוש, און עס רעדט זיך נישט דא פון קיין שום זאך וועלכע מיר, אלס ערליכע אידן, זענען נישט אויפגעצויגן געווארן מיט דעם און דארפן עס נישט ממילא טאן. נו אויב אזוי, וואס איז דער גאנצער אויפטו פון דעם פראגראם?

אין די צענדליגער יארן וועלכע זענען זיך פארלאפן זינט דאן האבן מיליאנען אלקאהאל עדיקטס זיך ערהוילט. אבער עס האט פאסירט נאך עפעס; אז אזעלכע וועלכע זענען געווען אדיקטעד צו אנדערע זאכן האבן אנטדעקט אז דער דאזיגער לייזונג ארבעט אויך פאר זיי. אנגעהויבן פון דראג עדיקטס, און ווייטער מיט יעדע אנדערע סארט אדיקשאן, אריינגערעכנט צו געמבלינג, עסן, שלאפן, און פארשטייט זיך – אונזער עדיקשאן. אזוי ארום איז דער פראגראם אנגעקומען צו אונז אויך.

אין די סטעפס אליינס איז נישט פארהאן קיין שום אויסטערלישען חידוש, און עס רעדט זיך נישט דא פון קיין שום זאך וועלכע מיר, אלס ערליכע אידן, זענען נישט אויפגעצויגן געווארן מיט דעם און דארפן עס נישט ממילא טאן. נו אויב אזוי, וואס איז דער גאנצער אויפטו פון דעם פראגראם? צו ענטפערן א תשובה אין קורצן: דער פראגראם ארבעט ווייל מיר נעמען עס זייער ערנסט, און ווייל מיר באקומען כלים אויף צו קענען אויספירן די הערליכע געדאנקען אז זיי זאלן נישט בלייבן בלויזע געדאנקען נאר זיי זאלן ווערן א טייל פון אונזער פאקטישע, טאג טעגליכע לעבן, וואס מיר פירן אויס למעשה.

דאס ארבעט אזוי אז מיר טוען דאס נישט אליינס. עס ארבעט נישט אז מיר לייענען עס אפ און מיר זענען מקבל אויף זיך עס אויסצופירן. דאס איז וואס מיר זענען געוואוינט געווען צו טון ביז היינט, און ווי מיר אלע ווייסן גוט, האט דאס נישט געארבעט. אנשטאט דעם שליסן מיר זיך אן אין א גרופע (עס זענען פארהאן טעלעפאנישע גרופעס און לעבעדיגע גרופעס), און דארט לערנען מיר זיך אויס פון אנדערע חברים וויאזוי פאקטיש אויסצופירן די סטעפס, און אזוי אויך באקומען מיר אסאך שטיצע און הילף צו טון די ארבעט.

אין צוגאב צו די כלליות’דיגע הילף וואס מיר באקומען פון די חברים, קענען מיר אויך באקומען א מער עקספיריענסד מעמבער וואס זאל אונז באגלייטן. עס זענען דא אזעלכע וואס ווילן באקומען אזא באגלייטער גלייך ביים אנהייב, און אנדערע ווילן פריער ווארטן אביסל און זיך צוערשט באקענען מיט דעם פראגראם, און זעהן צו זיי קענען עס מעגליך טוהן אליינס. דעם דאזיגן באגלייטער רופט מען א “ספאנסער” און זיין תפקיד איז אונז ארויסצוהעלפן מיטן ארבעטן די סטעפס, דורך דעם וואס ער טוט מיטטיילן מיט אונז זיין ערפארונג און ער ווייזט אונז אן וואס האט געארבעט פאר אים.

דער פראגראם איז באזירט אויף טוהן, נישט אויף פארשטיין. און דאס ברענגט אונז צו צו גאר א וויכטיגע נקודה: עס איז נישט קיין שום נפקא מינא צו מיר פארשטייען ‘פארוואס’ דער פראגראם ארבעט אדער נישט, אויב מיר ‘קאנעקטן’ זיך דערצו אדער נישט, אויב מיר זעען א פארבינדונג צווישן די סטעפס און אונזער יעצטיגער מצב אדער נישט. די איינציגסטע זאך וואס איז וויכטיג איז, צו מיר פירן אויס די סטעפס. די מעמבערס וועלכע ארבעטן דעם פראגראם – די סטעפס, זיי זענען די וועלכע זענען ריין פאר לאנגע יארן, ווידער זענען דא אזעלכע וואס פארשטייען דעם פראגראם זייער גוט, אבער זיי ארבעטן עס נישט, און די זענען, זעלבסטפארשטענדליך, נישט ריין.

זיך באשעפטיגן מיט די ‘רעיונות’ און ‘געדאנקען’ פון די סטעפס ברענגט אונז גארנישט נענטער און פארבעסערט נישט אונזער מצב, נאר אויב עס קומט שוין נאך דעם וואס מיר ארבעטן און טוען פאקטיש די סטעפס (דערמאנט אביסל פון נעשה ונשמע…). דעריבער, אפילו אויב דו האסט נישט פארשטאנען גארנישט וואס איך האב דא געשריבן, אבער דו פארשטייסט אז עס איז פארהאן א פראגראם וואס ארבעט – ביסטו איינגעלאדענט זיך אנצושליסן און עס אויספירן.

אט איז א רשימה פון די סטעפס אליינס:

א. מיר האָבן מודה געווען אז מיר זענען מאַכטלאָז איבער פארנאגראפיע – אז אונזער לעבן איז געווארן אומקאָנטראָלירבאַר.

ב. מיר זענען צוגעקומען צו גלייבן אז א גרעסערער כח פון אונז קען אונז צוריק שטעלן צו נאָרמאַלקייט.

ג. מיר האָבן געמאכט א באשלוס אריבערצופירן אונזער ווילן און אונזער לעבן צום אויפזיכט פון דעם באשעפער לויט ווי מיר פארשטייען אים.

ד. מיר האָבן געמאכט א דורכדרינגליכען מאראלישן איבערזוכט (חשבון הנפש) אן קיין שרעק.

ה. מיר האָבן מודה געווען צום באשעפער, צו זיך און צו נאך א מענטש אויף די פּונקטליכע נאטור פון אונזערע אומרעכטן.

ו. מיר זענען געווען פולקאם גרייט אז דער באשעפער זאל אונז באפרייען פון די אלע פעלערן אונזערע.

ז. מיט ענוה האָבן מיר אים געבעטן ער זאל אונז באפרייען פון אונזערע פעלערן.

ח. מיר האָבן געמאכט א ליסטע פון אלע מענטשן וועמען מיר האָבן געשעדיגט, און מיר זענען געווארן וויליג זיי אלע צו פארגיטיגן.

ט. מיר האָבן געמאכט דירעקטע פארגיטיגונג פאר די מענטשן ווי עס איז נאר מעגליך געווען, חוץ פון די פעלער ווי דאס צו טון וועט שעדיגן זיי אדער אנדערע.

י. מיר האָבן ממשיך געווען צו מאכן א חשבון הנפש און ווען מיר זענען באגאנגען א פעלער האָבן מיר דאס גלייך מודה געווען.

יא. מיר האָבן געזוכט דורך געבעט און התבוננות צו פארבעסערן אונזער באוואוסטזיניגע קשר מיט’ן באשעפער לויט ווי מיר פארשטייען אים, דאווענענדיג נאר צו וויסן וואס זיין ווילן פאר אונז איז, און פאר די כח עס אויסצופירן.

יב. האבענדיג געהאט א רוחניות’דיגע אויפוואכונג אלס די רעזולטאט פון די דאזיגע סטעפס, פרובירן מיר צו טראגן דעם מעסעדזש צו אנדערע סעקסאהאליקס און זיך צו פירן לויט די פרינציפן אין אלע טיילן פון אונזער לעבן.

וואס איז אלזא דער קומענדיגער טריט?

עס איז דא די מעגליכקייט זיך אצושליסן אין א טעלעפאנישע גרופע אדער אין א לעבעדיגע גרופע. געווענליך זענען מיר מייעץ אז איר זאלט צוערשט אנרופן און זיך דורכשמועסן מיט איינעם פון “פארנאגראפיע עדיקטס ענאנימוס”, צו באקומען א בעסערע געדאנק וואס איז מער צוגעפאסט פאר אייך, און אזוי אויך אז דו זאלסט קענען פרעגן די פראגעס וואס מיר גלייבן אז איר האט מן הסתם, איבער דעם פראגראם און די גרופעס. אויב דו ביסט אינטערעסירט, זיי מוחל און שיק אן אימעיל צו ….. מיט דיין טעלעפאן נומער און ווען מיר זאלן אייך רופן און איינער פון אונז וועט אייך רופן ביים ערשטן געלעגענהייט.

זיי געווארענט, דער טעלעפאן נומער איז נאר פאר דיר זיך צו באנוצן מיט דעם און דו טארסט עס בשום אופן נישט איבערגעבן פאר א צווייטן.

אויב ווילסטו אנהייבן קומען צו א לעבעדיגע גרופע, קענסטו באקומען די פרטים דערפון דורך א טעלעפאן קאל צו דעם האטליין פון “פארנאגראפיע עדיקטס אנאנימוס”, אדער (אויב דו ווילסט נישט רופן), דורך שיקן אן אימעיל צו yiddish@p-a.online