הילף פאר פרויען פון עדיקטס

ווען א מאן איז אדיקטעד צו וואטשן פארנאגראפיע אדער צו אנדערע סארט אויסדרוקן פון די תאוה, טוט ער וויי נישט נאר זיך נאר זיין גאנצע משפחה, אבער דאס מערסטע פון זיי אלע טוט ער וויי פאר זיין פרוי; עס איז דעריבער קיין שום חידוש נישט אז דער דאזיגער פראבלעם איז דער הויפט סיבה פארוואס שטובער טוען צופאלן היינטיגע צייטן.

עס איז פשוט אז דער עדיקט דארף האבן אסאך הילף צו קענען אויפהערן, אבער זיין פרוי דארף פונקט אזוי האבן הילף, נישט ווייניגער פון אים. א פרוי וואס ווערט געוואויר אז איר מאן איז געווארן אדיקטעד צו לאסט, פארנאגראפיע, וכדו’, טוט זיך פארמעסטן מיט אזא סארט ווייטאג אז מיר קענען עס פשוט נישט באגרייפן. און צו דעם קומט נאך צו די שרעק, צומישונג, בושה און גאר אפט אויך געפערליכע שולד געפיהלן; די זענען אלע שרעקליך שווערע געפיהלן פאר א פרוי, בפרט ווען די דירעקטע סיבה פון אירע ליידן איז איר מאנ’ס אויפפירונג.

פרויען פרעגן זיך גאר שווערע פראגעס: וואס דארף איך טון, און וואס קען איך טון, אז מיין מאן זאל אויפהערן; און פארשטייט זיך, וויאזוי קען מען צוריק אוועקשטעלן די שטוב; וויאזוי קען איך געטרויען, ווער רעדט נאך פון ליב האבן, א מאן וועלכער האט מיך אזוי פארראטן

פרויען פרעגן זיך גאר שווערע פראגעס: וואס דארף איך טון, און וואס קען איך טון, אז מיין מאן זאל אויפהערן; און פארשטייט זיך, וויאזוי קען מען צוריק אוועקשטעלן די שטוב; וויאזוי קען איך געטרויען, ווער רעדט נאך פון ליב האבן, א מאן וועלכער האט מיך אזוי פארראטן.

פילע פרויען דערציילן אז זיי זענען געווארן די פאליסלייט פון זייערע מענער, אז זיי זענען כסדר געווען פארנומען נאכקוקן יעדן וועבסייט אויף וועלכען ער האט באזוכט, און גאר אפט פאסירט אז די סארט פארשטארקטע פארדעכטיגטקייט ברענגט זיי צו אז זיי זאלן אנהייבן אנקוקן יעדעס ווארט וואס גייט ארויס פון זייער מויל אלס ליגנט. אזוי ארום ווערט די ווייטאג פון זיינע נפילות פארטאפלט מערערע מאל אן קיין סוף.

אונזער עצה פאר די פרויען איז, אז זיי זאלן אנצייגן פאר זייער מאן אויף אונזער וועבסייט, און אויב ער וויל באמת אויפהערן, האפן מיר אז ער וועט זיך אנשליסן אין אונזער פראגראם. אויב איז ער באמת אדיקטעד וועט ער דארפן האבן פיל מער ווי דער כח פון זיין רצון. דער דאזיגער סייט איז נאר געשריבן געווארן כדי אים מודיע צו זיין, אים איבערצוגעבן אונזער מעסעדזש און אים פארצושלאגן אז ער זאל זיך אנשליסן מיט אונז.

דאס איז די בעסטע עצה וואס מיר קענען געבן פאר א פרוי וועלכע וויל העלפן איר מאן. אויב איז דער מאן מחליט זיך אנצושליסן אין אונזער פראגראם און ער איז גרייט אריינצולייגן ארבעט אין דעם, האפן מיר אז די פרוי וועט אים מחזק זיין און שטיצן מיט דעם, מיר האפן אז זי וועט פארשטיין אז דאס איז א גאלדענע געלעגנהייט צוריק ארויפצושטעלן דעם לעבן אויף די רעלסן. און זיכער זאל זי נישט פרובירן אים צוריקצוהאלטן פון זיך אנשליסן אין אזא פראגראם וועלכע קען פשוט ראטעווען זיין לעבן.

מיר מוזן אבער ארויסברענגען אז מיר מישן זיך חלילה נישט אריין, אויף קיין שום וועג, אין די פראגע צו די פרוי זאל בלייבן וואוינען מיט א מאן וועלכער איז אדיקטעד אדער זי זאל אים איבערלאזן, יעדע פאל איז אנדערש און יעדע פרוי דארף אליינס זוכן הילף און אזוי ארום באשליסן וואס איז דאס בעסטע פאר איר.

אבער וואס טוט זיך מיט די פרוי אליינס? עס איז נישט דא די פרוי וואס דארף נישט קיין הילף און חיזוק, און די וואס קענען איר אמבעסטן פארשטיין, און געבן די בעסטע חיזוק און הילף, זענען טאקע די פרויען וועלכע זענען אין דעם זעלבן מצב. פרויען וועלכע זענען אריבער די זעלבע שוועריגקייטן, וועלכע האבן מיטגעלעבט אט דעם ווייטאג, און זענען גרייט יעצט צו העלפן פאר די פרויען וועלכע ליידן נאך. פאר די פרויען זענען פארהאן באזונדערע גרופעס אין וועלכע פרויען טוען מיטטיילן מיט זיי וואס האט געארבעט פאר זיי. דאס איז דאס בעסטע פלאץ זיך אויסצולערנען וויאזוי זיך צו פארמעסטן מיט די ווייטאג, אבער בעיקר, זיך אויסצולערנען וואס צו טאן אין דעם פארפלאנטערטן מצב – אפגעזעהן פון דעם צו דער מאן האט יא געטראפן דעם לייזונג אדער נישט – און באקומען האפענונג פאר א גוטע, נארמאלע לעבן, סיי צו זיי בלייבן יא לעבן צוזאמען און סיי אויב נישט.

די דאזיגע פרויען דערציילן אז אט דער זעלבער סארט פראגראם וואס האט געהאלפן פאר זייער מענער, טוט העלפן פאר זיי אויך. עס זענען פארהאן פילע פרויען וועלכע ווערן אויפגעציטערט ווען זיי הערן דאס: “פארוואס עפעס זאל איך גיין פאר הילף? מיין מאן דארף הילף, נישט איך!”

מיר זענען פולקאם מסכים מיט דעם אז דער מאן דארף הילף, שטארקע הילף. אבער דער מציאות איז אז יעדער וואס דארף זיך פארמעסטן מיט שוועריגקייטן אין לעבן דארף האבן הילף, אפילו פרויען וואס זייערע מענער זענען אדיקטעד. און דער מציאות ווייזט אז אויך זיי קענען שטארק מרוויח זיין פון ארבעטן אויף זיך. גאר אפט פאסירט אז צוליב די שוועריגקייטן אין לעבן איז דאס גאנצע צוזאמענלעבן פארדרייט געווארן און האט זיך דערקייקלט צו א מצב פון אנהענגיגקייט און וועלן געפעלן פון איין זייט, און פרואוון צו געוועלטיגן און קאנטראלירן פון די אנדערע זייט.

די ערפארענע פרויען אין די גרופעס וועלכע זענען גרייט ארויסצוהעלפן און אונטערשטיצן זענען א טייערע אוצר פאר די פרויען וועלכע טרעפן זיך אין דעם שווערן מצב.

מיר האפן אז איר וועט אננעמען אט די אויסגעשטרעקטע האנט וועלכע וויל אייך אנבאטן הילף, דורך די ערפארענע פרויען, און איר וועט אויך האבן האפענונג און גוטע אויסזיכטן פאר א גוטע לעבן און א פרייליכען צוקונפט. מער פרטים איבער די פראגראם פאר די פרויען פון די עדיקטס קענט איר געפונען אויף אונזער סייט אדער קענט איר עס באקומען אין אימעיל אויף pa@pornanonymous.org