אנדערע אדיקשאנס

די 12 סטעפ פראגראם איז אריגינעל אנטוויקלט געווארן דורך אלקאהאליקער, און איז געווען געצילט פאר דעם פראבלעם פון אלקאהאליזם. אבער שפעטער איז דאס פארברייטערט געווארן פאר פילע אנדערע אדיקשאנס, אריינגערעכנט צו דראגס, געמבלינג, עסן און אפילו אנדערע סארט פירונגען אזוי ווי עמאציאנעלע פראבלעמען, שטארקע אנהענגיגקייט אין אנדערע און נאך.

מיר דא, אין פי-עי, באנוצן זיך מיט די צוועלעף סטעפ פראגראם פאר אזעלע וואס זענען אדיקטעד צו פארנאגראפיע און אנדערע סעקשועל פירונגען. פאר אנדערע סארט אדיקשאנס זענען פארהאן פילע אנדערע געזעלשאפטן וועלכע געבן זיך אפ מיט זיי און העלפן די וואס זענען געשלאגן מיט זיי זיך ארויסזעהן דערפון.

אויב דו ליידסט פון אן אדיקשאן צו עפעס אנדערש, וואס האט נישט קיין שייכות צו פארנאגראפיע און סעקס, וואלטן מיר אייך געראטן איר זאלט זיך פארבונדן מיט איינע פון די געזעלשאפטן וועלכע זענען פארהאן איבער גאנץ אמעריקא וועלכע וועלן זיך זייער פרייען אייך צו העלפן:

AA – פאר אלקאהאל אדיקשאן. אלקאהאליקס ענאנימוס.

NA  – פאר דראג אדיקשאן. נארקאטיקס ענאנימוס.

GA – פאר געמבלען אדיקשאן. געמבלערס ענאנימוס.

OA – פאר עסן אדיקשאן (און אנדערע עסן פראבלעמען). אוועראיטערס ענאנימוס.

CODA – פאר אנהענגיגקייט.

ACA – אנדערע פראבלעמאטישע פאמיליעס.

DA – בעלי חובות אדער אזעלכע וועלכע פארדינען נישט גענוג.

EA אדער UA – עמאציאנעלע פראבלעמען.

CLA – אומארדענונג, צואווארפנקייט, אנגעלייגטקייט.