די ניינטע סטעפ

“מיר האָבן געמאכט דירעקטע פארגיטיגונג פאר די מענטשן ווי עס איז נאר מעגליך געווען, חוץ פון די פעלער ווי דאס צו טון וועט שעדיגן זיי אדער אנדערע”

פאר מיר הייבן אן דעם ניינטן סטעפ איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז מען זאל נישט טון קיין שום טריט וואס האט צוטון מיט סטעפ ניין איידער מען טוט עס גוט איבערטראכטן און איבעררעדן פון פריער. איבערגעאיילטע פעולות קענען נאך ערגער מאכן דעם מצב אנשטאט אים פארבעסערן.

די ניינטע סטעפ איז פיל מער ווי סתם איבערבעטן יענעם, און דערפאר טאקע שטייט נישט אינעם לשון פון דעם סטעפ “מיר האבן איבערגעבעטן”, נאר “מיר האבן געמאכט פארגיטיגונג”. פארגיטיגונג מיינט אויסגלייכן די פראבלעמען למעשה אויף דעם העכסטן וועג וואס איז נאר מעגליך, און דאס מיינט אז אויב מיר האבן איינעם ווייגעטון און ער האט אויך געהאט א שאדן דורך דעם, דעמאלס איז אונזער סטעפ ניין נישט גאנץ אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט פארראכטן דעם שאדן. אמאל קען דאס מיינען אז מיר וועלן דארפן באצאלן וואס מיר האבן גענומען שלא ביושר, און צומאל קען עס מיינען אז מיר וועלן דארפן פרעגן דעם מענטש וואס האט געהאט דעם שאדן, וואס מיר קענען טון כדי גאנץ צו מאכן דעם שאדן וואס מיר האבן אים צוגעברענגט.

דער דאזיגער סטעפ קוקט אויס זייער שרעקעדיק, און צומאל פאדערט עס פון אונז באמת גאר שווערע פעולות, אבער עס איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט אז דער פרייז וואס דאס פאדערט פון אונז איז אייניג מיט דעם ריזיגן ריווח וואס מיר באקומען אין אויסטויש

און אמאל וועט זיין א פאל ווי מיר וועלן דאס נישט קענען טון. למשל, אויב מיר האבן שאדן געמאכט פאר איינעם אן דעם וואס יענער זאל דאס וויסן, און אויב מיר וועלן יעצט גיין און אים דערציילן וועט דאס אליינס, דער עצם דערציילן אים, וועט אים גורם זיין נאכמער ווייטאג, דעמאלס טארן מיר עס נישט טאן. מיר קענען נישט, און מיר טארן נישט, טון עפעס וואס וועט אונז גרינגער מאכן, אויפן חשבון פון וויי טון נאכאמאל איינעם וועמען מיר האבן שוין אמאל וויי געטון.

עס קען אויך זיין א מציאות אז אויב מיר וועלן גיין איבערבעטן איינעם וועט דאס שאדן מאכן פאר אנדערע, און אין אזא פאל קענען מיר דאס אויך נישט טון. לדוגמא, אויב מיר וועלן גיין דערציילן פאר אונזער בעה”ב ביי די ארבעט אז פאר יארן לאנג האבן מיר אים שאדן געמאכט אסאך געלט דורך סתם פארשווענדן צייט אויפן קאמפיוטער זיך איינקוקנדיג אין פארנאגראפיע אנשטאט טון אונזער ארבעט. עס איז זייער מעגליך אז מיר וועלן פארלירן אונזער דזשאב. מיר טארן נישט מאכן שאדן פאר אונזער ווייב און קינדער נאר ווייל מיר ווילן באפרייט ווערן.

אין אזעלכע פעלער זוכן מיר וועגן צו באצאלן דעם שאדן אן דעם וואס מען זאל יענעם פארציילן (למשל, מיר קענען פרובירן אויפן בעסטן אופן וואס איז נאר שייך, צו ארבעטן איבריגע שעות און נישט נעמען באצאלט דערפאר), און אויב טרעפן מיר באמת נישט קיין וועג דאס צו טאן, ווייסן מיר אבער אז מיר האבן געטון וואס מיר דארפן. און דער פארגיטיגונג וועט זיין מיט דעם וואס מיר וועלן זיכער מאכן עס מער קיינמאל נישט צו טאן.

דער דאזיגער סטעפ קוקט אויס זייער שרעקעדיק, און צומאל פאדערט עס פון אונז באמת גאר שווערע פעולות, אבער עס איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט אז דער פרייז וואס דאס פאדערט פון אונז איז אייניג מיט דעם ריזיגן ריווח וואס מיר באקומען אין אויסטויש. יעדעס מאל וואס מיר גלייכן זיך אויס אונזערע דיפערענצן מיט איינעם וועמען מיר האבן בא’עוול’ט, און יעדעס מאל וואס מיר פארגעבן פאר איינעם וואס האט אונז בא’עוול’ט, שפירן מיר ווי א שווערער שטיין איז אונז אראפ פון הארצן; טאקע דער שטיין וואס מיר האבן געשלעפט מיט אונז פאר אזא לאנגע צייט, און וואס דאס האט אונז כסדר אראפגעשלעפט אונטן, צו פאלן אזויפיל מאל.