די צוועלפטע סטעפ

“האבענדיג געהאט א רוחניות’דיגע אויפוואכונג אלס די רעזולטאט פון די דאזיגע סטעפס, פרובירן מיר צו טראגן דעם מעסעדזש צו אנדערע פארנאגראפיע עדיקטס און זיך צו פירן לויט די פרינציפן אין אלע טיילן פון אונזער לעבן”

דער דאזיגער סטעפ איז טאקע דער לעצטער, אבער צומאל קען זיין אז מיר וועלן שוין אנהייבן ארבעטן אויף דעם סטעפ נאך פיל איידער מיר קומען אן צו איר. עס זעהט טאקע אויס אז דער סטעפ בעט אונז צו העלפן פאר אנדערע, אבער דער אמת איז אז דער סטעפ העלפט פיל מער פאר אונז. עס איז נישט דא קיין בעסערער וועג אויף זיך פאראויסצוריקן אין די ארבעט פון די סטעפס און אין ריקאווערי, ווי צו העלפן אנדערע חברים – נייערע חברים.

דער צוועלעפטער סטעפ זאגט אז “עס איז אריבער אויף אונז א רוחניות’דיגער אויפוואכונג”, ווייל דער דאזיגער רוחניות’דיגער אויפוואכונג איז פאקטיש דער הויפט ציהל פון אלע סטעפס. מיר זענען דא און מיר טוען די ארבעט כדי צו באקומען א רוחניות’דיגער אויפוואכונג, און אויב מיר זענען מצליח אין דעם אויפגאבע, דאן זענען מיר ריין

מיר מוזן נישט ווארטן ביז מיר ענדיגן אלע סטעפס אויף אנצוהייבן העלפן אנדערע, און אפילו אויב מיר זענען ריין נאר א קורצע תקופה קענען מיר ברענגען דעם מעסעדזש צו א נייערן חבר.

אונזער ערפארונג ווייזט קלאר, אז אפילו ווען אלע אנדערע פרואוון זיך צו האלטן ריין זענען דורכגעפאלן, קענען מיר עס נאך אלץ באווייזן דורך העלפן פאר אנדערע. עס זענען דא נאך פילע סיבות פארוואס מיר העלפן אנדערע, אבער דער הויפט סיבה איז זייער פשוט – ווייל עס העלפט אונז. אויסער דעם שאפט דאס אונז א געוואלדיגע הנאה און מיר שפירן אן אחריות צו העלפן אנדערע חברים.

עס איז נישט פארהאן קיין גרעסערע הנאה ווי צו זעהן ווי א נייער חבר קומט אן צום פראגראם אינגאנצן צובראכן און האפענונגסלאז, און דערנאך אים צו זעהן נאך א קורצע תקופה ווי ער קומט צוריק צום לעבן ריין און ניכטער. עס איז א גרויסער זכות פאר אונז צו העלפן פאר א חבר ווען עס קומט אונטער די געלעגנהייט, אבער עס איז אויך אונזער פליכט; און מיט דעם קענען מיר אויך באצאלן אביסל פאר די וואס האבן אונז געהאלפן ווען מיר זענען אנגעקומען אהער. אין דעם סטעפ לערנען מיר, אז די איינציגסטע וועג אנצוהאלטן דאס וואס מיר האבן באקומען איז דורך עס אוועק געבן פאר אנדערע.

דער צוועלעפטער סטעפ זאגט אז “עס איז אריבער אויף אונז א רוחניות’דיגער אויפוואכונג”, ווייל דער דאזיגער רוחניות’דיגער אויפוואכונג איז פאקטיש דער הויפט ציהל פון אלע סטעפס. מיר זענען דא און מיר טוען די ארבעט כדי צו באקומען א רוחניות’דיגער אויפוואכונג, און אויב מיר זענען מצליח אין דעם אויפגאבע, דאן זענען מיר ריין.

א רוחניות’דיגער אויפוואכונג מיינט נישט אז פון הימל איז אראפגעקומען אויף אונז עפעס אזא סארט לעכטיגקייט, נאר מען רעדט פשוט פון עפעס וואס קומט דורך ארבעטן אויף זיך אין די וויכטיגסטע תחומים פון אונזער לעבן; בין אדם למקום, בין אדם לעצמו, און בין אדם לחבירו.

אויב מיר זענען ערנסט אין אונזער ארבעט און מיר לייגן אריין אין דעם די צייט און כח וואס עס פאדערט זיך אויף דעם, דעמאלס איז די אויטאמאטישע תוצאה: א רוחניות’דיגער אויפוואכונג. דאס איז דער אויפוואכונג וועלכע טוט אויסלעשן און ענדיגן אונזער אבסעסיע און עס האלט אונז ריין און ניכטער.