די צווייטע סטעפ

“מיר זענען צוגעקומען צו גלייבן אז א גרעסערער כח פון אונז קען אונז צוריק שטעלן צו נאָרמאַלקייט”

אויב פון דעם ערשטן סטעפ האבן מיר באקומען א פעסימיסטישן בליק אויף זיך, איז אבער דער דאזיגער, צווייטער סטעפ, זייער אפטימיסטיש. אמת טאקע אז מיר האבן זיך גוט אריינגענומען אין קאפ און אין הארץ אז אליינס וועלן מיר נישט מצליח זיין זיך צו פארמעסטן מיט דעם פראבלעם, איז דאס אבער נישט די סוף פון די מעשה נאר גאר דער אנהייב. דער שליסל ווארט איז: “אליינס”. און דערפאר איז דער עיקר דגוש געלייגט אויף דעם אז מיר קענען נישט מצליח זיין אליינס, אבער מיט די הילף פון אנדערע קענען מיר שוין איינמאל. דאס הייבט זיך אן מיט די הילף וואס מיר באקומען פון אנדערע חברים וועלכע געפונען זיך אינעם זעלבן טאפ און אינעם זעלבן מצב, אבער עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די ריכטיגע הילף באקומען מיר פון ג-ט.

אין דעם סטעפ קומען מיר צו צו גלייבן אז מיר האבן טאקע אן אויסזיכט, אבער מיר הייבן אויך אן צו פארשטיין אז דאס וועט פאדערן פון אונז אויפצוהערן צו פרובירן עס צו טון אליינס, און אנשטאט דעם זאלן מיר אנהייבן צו בעטן הילף.

ביי דעם פונקט הייבט אן דער נייער חבר צו האבן ספיקות איבער דעם גאנצן געשעפט, און ער קען פרעגן: “פארוואס זאל איך גלייבן אז יעצט האב איך יא אויסזיכטן, פארוואס זאל עס יא געלונגען ווען אלעס וואס איך האב געטון ביז היינט איז נישט געלונגען?” און נאכמער: “וויאזוי קען מיר יענער העלפן ווען ער אליינס פלאגט זיך דאך אויך מיט דעם זעלבן פראבלעם?” און די שווערסטע פראגע: “פארוואס עפעס זאל דער באשעפער מיר יעצט העלפן ווען ער האט מיר נישט געהאלפן אין די הונדערטער און טויזענטער מאל וואס איך האב געבעטן פון אים ביז היינט?”

מיר קענען בארואיגן דעם פרעגער מיט דעם אז מיר אליינס האבן זיך געמוטשעט מיט אקוראט די זעלבע פראגעס, און די וועג וויאזוי מיר זענען צוגעקומען צו גלייבן איז געווען דורך דעם וואס מיר האבן געזעהן אנדערע וועלכע זענען געווען אין דעם זעלבן מצב ווי אונז, אדער נאך ערגער פון אונז, און זיי האבן אונז דערציילט אז היינט זענען זיי ריין, שוין פאר מערערע יארן. ווען מיר האבן זיי געפרעגט וויאזוי עס איז זיי געלונגען דארט וואו מיר זענען דורכגעפאלן, האבן זיי געזאגט אז די הילף פון חברים און פון ג-ט האט זיי געשאנקען דעם כח וואס האט זיי געפעלט. ווען מיר האבן זיך איבערצייגט אז דאס האט געארבעט פאר זיי האבן מיר אנגעהויבן צו גלייבן אז דאס קען ארבעטן פאר אונז אויך. ווען מיר האבן געזעהן די חברים וואס זענען שוין געגאנגען אין דעם וועג פאר אונז, זענען מיר צוגעקומען צו גלייבן אז א גרעסערע כח פון אונז קען אונז טאקע צוריק פירן צו נארמאלקייט.

אין דעם סטעפ קומען מיר צו צו גלייבן אז מיר האבן טאקע אן אויסזיכט, אבער מיר הייבן אויך אן צו פארשטיין אז דאס וועט פאדערן פון אונז אויפצוהערן צו פרובירן עס צו טון אליינס, און אנשטאט דעם זאלן מיר אנהייבן צו בעטן הילף. דא הייבן מיר אן צו לערנען אז אויב מיר בלייבן אליינס מיט דעם פארמעסט אנטקעגן די תאווה, דעמאלס זענען מיר טאקע מאכטלאז אנטקעגן איר מעכטיגן כח, אויב אבער מיר פארבונדן זיך מיט אן אנדערן חבר און מיר טיילן מיט דעם פארמעסט מיט אים, דעמאלס הייבן מיר אן באפרייט צו ווערן פון דעם. מיר פארשטייען אצינד אז דעם דאזיגן פראגראם קען מען נישט טוהן אליינס, און אז א טייל פון דעם טויש אין אונזער צוגאנג צום לעבן נעמט אריין אין זיך די אנערקענונג אז מיר זענען באגרעניצט און מיר קענען נישט טון אלעס אליינס, און אז עס איז נישט קיין בושה צו בעטן הילף. נישט פון א צווייטן מענטש און נישט פונעם אויבערשטן.