די אכטע סטעפ

“מיר האָבן געמאכט א ליסטע פון אלע מענטשן וועמען מיר האָבן געשעדיגט, און מיר זענען געווארן וויליג זיי אלע צו פארגיטיגן”

אויב די פריערדיגע פיר סטעפס (פיר, פינף, זעקס און זיבן) זענען געווען “בין אדם לעצמו”, קומען מיר אן אצינד צו די צוויי סטעפס פון “בין אדם לחבירו”, אבער אויך די קומען פון דעם זעלבן ארט: די פארשטאנד אז מיר מוזן זיך גענצליך טוישן אונזער גאנצער וועג פון אונזער לעבן, און נאר אזוי קענען מיר צוקומען באפרייט צו ווערן און צו דעם עיקר ציהל: אויפהערן צו פאלן. דאס איז ריכטיג סיי לגבי אונזערע פערזענליכע כאראקטער פעלערן און סיי לגבי אונזערע באציאונגען מיט אנדערע מענטשן. מיר קענען נישט ערווארטן באפרייט צו ווערן אויב מיר האבן נאך פראבלעמען מיט’ן זיך דורכקומען מיט אנדערע מענטשן, אדער אויב מיר פירן זיך נאך אלץ אויף אין א וועג וועלכע טוט וויי אנדערע, אדער אויב מיר ווערן כסדר באליידיגט פון אנדערע.

ווי עס שטעלט זיך ארויס איז אדיקשאן נישט סתם א פראבלעם פון א שטארקע משיכה, און אפילו נישט א פראבלעם פון א געברויך פאר אן עמאציאנעלע אנטלויף, נאר עס האט אויך א שטארקן קשר צו פראבלעמען מיט’ן זיך דורכקומען מיט מענטשן

אין דעם סטעפ טוען מיר זיך נענטער רוקן מיט נאך א טריט צו אונזער היילונג, אין אזעלכע ערטער וואו מיר זעען נישט דוקא דעם דירעקטן קשר צווישן אונזערע פעולות און די נפילות. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז אדיקשאן נישט סתם א פראבלעם פון א שטארקע משיכה, און אפילו נישט א פראבלעם פון א געברויך פאר אן עמאציאנעלע אנטלויף, נאר עס האט אויך א שטארקן קשר צו פראבלעמען מיט’ן זיך דורכקומען מיט מענטשן. דאס איז אמת סיי פון דעם עמאציאנעלן שטאנדפונקט און סיי פון דעם רוחניות’דיגן.

פון אן עמאציאנעלן שטאנדפונקט: ווען מיר קענען זיך נישט געהעריג דורכקומען מיט אנדערע מענטשן, ספעציעל נאנטע מענטשן, ברענגט דאס אונז צו א מצב אז מיר ווילן אנטלויפן ווייל מיר האבן נישט די מעגליכקייט זיך צו פארמעסטן מיט דעם איינזאמקייט און מיט די נעגאטיווע געפיהלן וועלכע קומען נאך צו צו דעם. און דאס איז אמת אפילו ווען יענע מענטשן האבן אונז וויי געטאן, אבער נאך פיל מער פון דעם איז דאס ווען מיר זענען די וואס האבן געטון די עוולה און יענעם וויי געטאן.

און דאס איז אויך אמת, אז אזא לעבן וואס איז פול מיט פאראיבל, קריגערייען און פראבלעמאטישע באציאונגען, איז פונקט דאס פארקערטע פון דעם רוחניות’דיגען לעבן וואס מיר פרובירן צו לעבן. קריגערייען זענען א רעזולטאט פון עגאאיזם, פון דעם געדאנק אז איך בין דער צענטערפונקט און דער וויכטיגסטער מענטש אויף דער וועלט, ווידער די ארבעט פון די סטעפס איז אנצוקומען צו פונקט דאס פארקערטע פון דעם. דערפאר, אין דעם סטעפ הייבן מיר אן די ארבעט פון אויסגלייכן אונזערע דיפערענצן מיט די מענטשן וועמען מיר האבן וויי געטאן, אדער מיט די וואס האבן אונז וויי געטאן.

יעצט דארפן מיר מאכן א ליסטע פון אלע מענטשן וועמען מיר האבן וויי געטאן, און אזוי אויך די וועלכע האבן אונז וויי געטאן, כדי אז מיר זאלן זיך קענען אויסגלייכן מיט זיי. עס איז נישט פארהאן דער מענטש וועלכער האט נישט קיין שום פראבלעמען – אויף איין דרגא אדער אויף אן אנדערן – מיט אנדערע מענטשן: די ווייב, די קינדער, ברודער און שוועסטער, דער בעה”ב ביי די ארבעט אדער מיטארבייטער, חברים פון בית מדרש, פון ישיבה, פון חדר, אא”וו. עס זענען פארהאן מענטשן וועלכע קענען געהעריג אנגיין מיט’ן לעבן אויף א נארמאלן פארנעם מיט די אלע פראבלעמען אינאיינעם, אבער מיר קענען נישט, און דערפאר מוזן מיר זיך אויסגלייכן, אנדערש וועלן מיר נישט קענען גיין ווייטער. מיר האבן געלערנט אויף די אייגענע הויט אז די וואס האבן פרובירט אויסצולאזן די דאזיגע סטעפס האבן נישט מצליח געווען און צום סוף האבן זיי געמוזט צוריק קומען צו דעם.

אויב איינער האט אונז בא’עוולה’ט, טוען מיר אלעס אים מוחל צו זיין. דאס מיינט נישט אז עס טוט אונז נישט וויי, אבער מיר פארשטייען אז מיר מוזן אים מוחל זיין כדי אז די פאראיבל זאל אונז נישט ווייטער צושטערן און גורם זיין ווייטערע נפילות. אויב מיר האבן וויי געטאן אן אנדערן מענטש, דארפן מיר אים יעצט אריינלייגן אין אונזער ליסטע פון מענטשן וועמען מיר האבן וויי געטאן, און מיר דארפן זיך פרעגן: זענען מיר גרייט אויפצועפענען דעם וואונד, גיין איבערבעטן דעם מענטש? נישט אלעמאל און נישט יעדן מענטש וועלן מיר קענען פאקטיש איבערבעטן, אבער יעדער מענטש וועמען מיר האבן וויי געטאן דארף זיך געפונען אויף דער ליסטע, צוזאמען מיט אונזער גרייטקייט אים איבערצובעטן, און פארגיטיגן, אויף וואס מיר האבן אים געטאן – אויב נאר עס איז מעגליך.

אין אמת’ן אריין איז דער ליסטע אלעמאל געווען ביי אונז, באהאלטן ערגעץ טיף אינעווייניג, נאר מיר האבן געטאן אלעס וואס מיר האבן געקענט זיך צו באהאלטן דערפון. איינס פון די וועגן פון זיך באהאלטן דערפון איז געווען צו אנטלויפן צו אונזער תאווה, וועלכע האט אונז געהאלפן פארגעסן פון אלעס. יעצט שרייבן מיר אראפ די אלע נעמען אויף א ליסטע, שווארץ אויף ווייס, און מיר גייען זיך שטעלן פאר זיי מיט קוראזש.