די דריטע סטעפ

“מיר האָבן געמאכט א באשלוס אריבערצופירן אונזער ווילן און אונזער לעבן צום אויפזיכט פון ג-ט לויט ווי מיר פארשטייען אים”

די דריטע סטעפ איז בלי ספק די הארץ פון דעם גאנצן פראגראם; דאס איז די רגע וואס מיר טוען באשליסן צו מאכן א וועזנטליכער טויש אין אונזער גאנצער לעבן און פאקטיש אריבער גיין פון א לעבן וואס איז באזירט אויף אונזער אייגענעם רצון צו א לעבן וואס איז באזירט אויף דעם אויבערשטנ’ס רצון. מיר מוזן נעמען אויף זיך די דאזיגע החלטה, אויב נישט קענען מיר נישט גיין ווייטער מיט די סטעפס, וויבאלד אין אלע אנדערע סטעפס טוען מיר ס”ה אויספירן די החלטה וואס מיר גייען יעצט מקבל זיין.

וואס מיינט דאס טאקע א החלטה “איבערצוגעבן אונזער לעבן און אונזער רצון צום אויפזיכט פון ג-ט?” צו מיינט דאס אז מיר גייען ווערן אן אדם קדוש, אדער להבדיל, אז מיר ווארפן אינגאנצן אראפ דעם אחריות פון זיך? ניין, נישט דאס מיינען מיר. מיר מיינען א טויש אין דעם גאנצן וועג פון אונזער לעבן, אזוי אז אנשטאט וואס אונזער לעבן זאל זיין געשטעלט איבער אונזער רצון און איבער “מיך”, וועט דאס לעבן זיין געשטעלט איבער רוחניות און דעם רצון פון באשעפער. דער וועג אויסצופירן דעם דאזיגן טויש איז דורכ’ן ארבעטן די קומענדיגע סטעפס (פיר ביז צוועלעף). דא פאדערט זיך פון אונז צו מקבל זיין דעם החלטה, צו מאכן דעם באשלוס; דאס אויספירן דעם באשלוס וועלן מיר טון במשך דעם ווייטערן וועג.

וואספארא שייכות האט דאס מיט אונזערע נפילות אין דעם תאווה? ווי עס זעהט אויס איז די סיבה צוליב וואס מיר זענען אנגעקומען וואו מיר זענען אנגעקומען, איז נישט נאר דאס אז מיר ווערן צוגעצויגן צו די תאווה, נאר בעיקר צוליב דעם מציאות אז אונזער גאנצער וועג פון לעבן איז געבויעט אויף אונזער אייגענעם רצון, און דאס האט אונז געברענגט צום דעם אז מיר קענען נישט אויפהערן

וואספארא שייכות האט דאס מיט אונזערע נפילות אין דעם תאווה? ווי עס זעהט אויס איז די סיבה צוליב וואס מיר זענען אנגעקומען וואו מיר זענען אנגעקומען, איז נישט נאר דאס אז מיר ווערן צוגעצויגן צו די תאווה, נאר בעיקר צוליב דעם מציאות אז אונזער גאנצער וועג פון לעבן איז געבויעט אויף אונזער אייגענעם רצון, און דאס האט אונז געברענגט צום דעם אז מיר קענען נישט אויפהערן. כמעט יעדער נארמאלער מענטש אויף דער וועלט ווערט צוגעצויגן צו די זעלבע זאכן צו וואס מיר ווערן צוגעצויגן, אבער רוב מענטשן קענען זיך באהערשן בדרך כלל, און אפילו אויב פון צייט צו צייט פאלן זיי אדורך און זיי טוען נישט ביישטיין דעם רייץ, איז אבער ביי אונז די רעדע פון אינגאנצן עפעס אנדערש – מיר צאלן גאר א הויכן און טייער פרייז פאר אונזערע נפילות און מיט דעם אלעם קענען מיר נישט אויפהערן צו פאלן.

און די סיבה דערצו – שטעלט זיך ארויס – איז, ווייל מיר האבן א פראבלעם מיט אונזער גאנצער צוגאנג צום לעבן און אזוי לאנג ווי מיר וועלן איר נישט טוישן וועלן מיר זיך נישט קענען באפרייען פון דעם, נישט קיין חילוק ווי שטארק מיר ווילן אויפהערן. דא, אין דעם דריטן סטעפ שטעלן מיר אוועק די יסודות פון דעם רוחניות’דיגער לייזונג וואס דער גאנצער פראגראם טוט פארשטעלן.

דער דאזיגער החלטה, כאטש וואס אויפן ערשטן בליק קען עס אויסקוקן כאילו מיר ווארפן אראפ דעם אחריות פון זיך, איז עס אבער פאקטיש פונקט דאס פארקערטע פון דעם. אין קיין שום מקום, אין קיין שום פאזע אין אונזער לעבן בעטן מיר נישט פון דעם אויבערשטן אז ער זאל טוהן עפעס פאר אונז, אן דעם וואס מיר טוען אויך אונזער טייל. נאר אויב מיר טוען אלעס וואס מיר קענען, נאר דעמאלס קענען מיר זיך ווענדן צו ג-ט און בעטן פון אים אז ער זאל אונז העלפן מיט די זאכן וואס מיר קענען נישט.

דאס אננעמען דעם מציאות אזוי ווי עס איז קומט נישט ווי א זאך פאר זיך, עס גייט האנט ביי האנט מיט דעם טויש וואס מיר מוזן מאכן, וואס דאס דרוקט זיך אויס דאס בעסטע אין דעם “רואיגקייט תפילה” וועלכע איז געווארן ווי די תפילה פון די עדיקטס: “ג-ט שענק מיר די רואיגקייט אנצונעמען די זאכן וועלכע איך קען נישט טוישן, די קוראזש צו טוישן די זאכן וואס איך קען און די פארשטאנד צו פארשטיין דעם חילוק”.

לכאורה זעהט אויס אז מען רעדט דא ס”ה פון א החלטה; דער פאקט איז אבער אז דער דאזיגער החלטה האט א דירעקטער השפעה נישט נאר אויף די קומענדיגע סטעפס נאר אויף אונזער גאנצער לעבן. מען רעדט נישט דא פון סתם עפעס א פשוט’ע החלטה, מען רעדט דא פון גאר א ערנסטע זאך און מיר דארפן עס נעמען מיט די פולסטע ערנסטקייט.

א מענטש וואס באשליסט צו קויפן א נייע הויז וועט דאס נאר טון נאך וואס ער האט גוט אדורכגעטון אלע זיינע אפציעס און אלע זיינע מעגליכקייטן, און נאר ווען ער קומט צו דעם קלארן אויספיר אז דאס איז זיין בעסטע אפציע און אז דער החלטה איז די ריכטיגע, נאר דאן וועט ער מאכן דעם החלטה צו קויפן דעם הויז. פארשטייט זיך אז נאכ’ן מאכן דעם החלטה איז נאך דא א לאנגע וועג ביז מען טוט זיך פאקטיש אריין ציען אין דעם נייעם הויז, אבער פונדעסטוועגן וועט די החלטה אליינס שוין האבן א גרויסע השפעה אויף אים, ספעציעל אין זאכן וואס האבן צו טון מיט זיין דירה (למשל, ער וועט נישט אריינלייגן מער קיין איבריגע געלט אין זיין יעצטיגע דירה ווייל ער האט דאך שוין באשלאסן זיך צו קויפן אן אנדערע). דאס זעלבע איז מיט אונז, דער דאזיגער החלטה האט א דירעקטע השפעה אויף אונזער גאנצער לעבן, אויב מיר האבן באשלאסן איבערצוגעבן אונזער רצון און אונזער גאנצער לעבן צום אויפזיכט פונעם אויבערשטן, איז דאך קלאר אז מיר קענען נישט ווייטער לעבן אזוי ווי מיר האבן געלעבט ביז היינט.

דאס איז טאקע נישט קיין גרינגע החלטה, אבער מיר דארפן געדענקען אז דער סיבה פארוואס מיר נעמען דעם החלטה איז דערפאר ווייל מיר האבן איינגעזעהן אז מיר קענען דאס נישט באווייזן אליינס, און די איינציגסטע וועג פון וואס מיר ווייסן צו קענען באפרייט ווערן און אנצוהייבן א נארמאלער לעבן, איז דורך דעם החלטה, אזוי זאגן אונז די וואס זענען געווען אויף דעם וועג פאר אונז.