די זעקסטע סטעפ

“מיר זענען געווען פולקאם גרייט אז דער באשעפער זאל אונז באפרייען פון די אלע פעלערן אונזערע”

אויב האבן מיר ריכטיג געטון די פריערדיגע צוויי סטעפס (די פערטע און פינפטע), דעמאלס דארף שוין דער זעקסטער סטעפ זיין פיל גרינגער, מיר וועלן זיך נישט דארפן זייער אנשטרענגען פאר דעם. מיר האבן דאך אנגעהויבן דעם חשבון הנפש ווייל מיר האבן געוואלט טרעפן די סיבות וועלכע ברענגען אונז צו דעם אז מיר קענען נישט אויפהערן צו פאלן, און מיר האבן אנטדעקט אז מיר זענען טאקע נישט פערפעקט און מיר האבן פארשידענע כאראקטער פעלערן. נאכדעם האבן מיר מסכים געווען צו טון נאך א שווערע שריט און מיטטיילן די אלע זאכן מיט נאך א מענטש, אויב אזוי איז כמעט זיכער אז ביי יעצט האבן מיר שוין כאטש עפעס א גרייטקייט זיך צו לאזן באפרייען פון די אלע כאראקטער פעלערן וועלכע שטערן אונז אין אונזער לעבן.

מיט דעם אלעם, איז דער זעקסטער סטעפ א גאר וויכטיגער סטעפ וואס מיר קענען עס נישט איבערהיפן, און איידער מיר גייען נעמען דעם קומענדיגן סטעפ און בעטן ביים באשעפער ער זאל אונז העלפן און אונז באפרייען פון זיי, מוזן מיר צוערשט טון אונזער חלק.

דאס איז אזוי מיט אונזער פראבלעם מיט דעם תאווה און דאס איז פונקט אזוי מיט אונזער פראבלעם מיט אונזערע כאראקטער פעלערן: מיר קומען נישט סתם בעטן “ג-ט, נעם אוועק פון מיר מיינע כאראקטער פעלערן”, נאר מיר ארבעטן אליינס אויף זיך זיך צו באפרייען פון זיי, אבער מיר ווייסן אז נאך אונזער גאנצער ארבעט דארפן מיר האבן זיין הילף

אזוי ווי ביי יעדן טייל פון דעם פראגראם נעמען מיר דעם אחריות אויף אונזער טייל, דאס איבריגע, דאס וואס איז שוין ווייטער פון אונזער מעגליכקייט, דאס לאזן מיר איבער פאר ג-ט. דאס איז אזוי מיט אונזער פראבלעם מיט דעם תאווה און דאס איז פונקט אזוי מיט אונזער פראבלעם מיט אונזערע כאראקטער פעלערן: מיר קומען נישט סתם בעטן “ג-ט, נעם אוועק פון מיר מיינע כאראקטער פעלערן”, נאר מיר ארבעטן אליינס אויף זיך זיך צו באפרייען פון זיי, אבער מיר ווייסן אז נאך אונזער גאנצער ארבעט דארפן מיר האבן זיין הילף. דער זעקסטער סטעפ, דאס איז אונזער חלק, און נאר נאך וואס מיר וועלן אים אויספירן אזוי ווי מען דארף, וועלן מיר קענען גיין ווייטער צו דעם קומענדיגן סטעפ און בעטן הילף פון ג-ט.

לאמיר זאגן אז אין אונזער חשבון הנפש האבן מיר איינגעזעהן אז מיר האבן א פראבלעם מיט פאראיבל אדער פחדים, יעצט איז דער צייט זיי צו באפרייען און לאזן גיין. מיר דארפן אבער געדענקען דא א וויכטיגע נקודה; עס איז אמת אז מיר ליידן אסאך פון אונזערע כאראקטער פעלערן, אבער פון די אנדערע זייט האבן מיר דאך אביסל הנאה דערפון אויך, מיר נעמען ארויס ‘עפעס’ א נוצן פון דעם, ווען נישט וואלטן מיר עס נישט געהאט, און יעצט איז דער צייט צו זעהן דעם בילד מיט איר גאנצן אמת, און פועל’ן ביי זיך אז מיר זאלן גרייט זיין מוותר צו זיין אויף דעם הנאה און דעם נוצן וואס דאס ברענגט אונז, כדי אז מיר זאלן קענען באפרייט ווערן פון דעם.

למשל, אויב מיר ליידן פון זעלבסט-רחמנות, מיר קוקן זיך אן ווי א רחמנות און א נעבעך. עס איז זיכער אז סוף כל סוף ברענגט דאס אונז נישט קיין שום גוטס, אבער נאך אלעם, יעדער מענטש האט דאך ‘עפעס’ א הנאה פון זעלבסט-רחמנות… אדער ווען מיר זעען אז מיר האבן אזא נטי’ צו האבן פאראיבל אויף אנדערע, וועלן מיר זיך נישט יאגן אויפצוגעבן אויף די נטי’, כאטש וואס עס שטערט אונז אין אונזערע באציאונגען מיט אנדערע מענטשן, אבער נאך אלעם, האבן מיר דאך אביסל הנאה פון דעם אויך…

יעצט, נאך וואס מיר זעען שוין וואואהין אונזערע כאראקטער פעלערן פירן אונז, קענען מיר פרובירן און זיך מאכן א חשבון וויאזוי אונזער לעבן וואלט אויסגעקוקט אן די פעלערן, און דאס וועט אונז העלפן גרייט ווערן זיי צו באפרייען און באפרייט צו ווערן פון זיי. און אסאך מאל זענען מיר נאכנישט גרייט זיך ‘אינגאנצן’ צו באפרייען פון אונזערע כאראקטער פעלערן, און דאס איז אקעי. צומאל ווילן מיר זיך נאר באפרייען פון דעם ווייל די כאראקטער פעלערן פירן אונז צו פאלן, אבער מיר שפירן נאכנישט גענוג ווייטאג פון די פעלערן אליינס, און דאס איז אויך אקעי. מיר זוכן נישט קיין שלימות; עס איז גענוג אפילו ‘עפעס’ א גרייטקייט אויף צו קענען גיין ווייטער, דער עיקר איז אז מיר זאלן זיין אמת’דיג מיט זיך און זיין באמת גרייט צו גיין ווייטער מיט די ארבעט.

אויב שפירן מיר נאך אלץ א שוועריגקייט מיט דעם, דאן קענען מיר בעטן פאר א רצון, מיר קענען בעטן: ג-ט, ביטע העלף מיר זיין וויליג, געב מיר א רצון און א גרייטקייט מוותר צו זיין אויף מיינע כאראקטער פעלערן מיט זייערע הנאות. איינמאל מיר האבן אזוי געבעטן ביי ג-ט און געווען אמת’דיג מיט זיך, קענען מיר גיין ווייטער.