דער זיבעטער סטעפ

“מיט ענוה האָבן מיר אים געבעטן ער זאל אונז באפרייען פון אונזערע פעלערן”

נאך וואס מיר זענען צוגעקומען צו א מצב אז מיר זענען שוין מוכן ומזומן באפרייט צו ווערן פון אונזערע כאראקטער פעלערן, מיר זענען שוין גרייט לויז צו ווערן פון זיי און מוותר זיין אויף די הנאה וואס עס געבט אונז, ווערן מיר געוואר אז עס גייט נישט אזוי גרינג… פונקט ווי מיר האבן נישט געקענט האפן און וועלן אז אונזער אבסעסיע מיט פארנאגראפיע זאל סתם אזוי נעלם ווערן, פשוט ווייל מיר ווילן אזוי, די זעלבע זאך איז אויך מיט אונזערע אנדערע כאראקטער פעלערן, זיי ווערן אויך נישט נעלם פון זיך אליינס, נאר ווייל מיר ווילן אזוי. מיר וועלן דא אויך דארפן האבן דעם הילף פון ג-ט אז ער זאל טון פאר אונז וואס מיר קענען נישט אליינס טון פאר זיך.

פארוואס עפעס זאל דער אויבערשטער דאס טון פאר אונז? דער ענטפער איז, וויבאלד מיר אליינס טוען אויך אונזער חלק מיט די פולסטע ערנסטקייט (די ארבעט אויף אלע פריערדיגע סטעפס) און דאן בעטן מיר זיין הילף

פארוואס עפעס זאל דער אויבערשטער דאס טון פאר אונז? דער ענטפער איז, וויבאלד מיר אליינס טוען אויך אונזער חלק מיט די פולסטע ערנסטקייט (די ארבעט אויף אלע פריערדיגע סטעפס) און דאן בעטן מיר זיין הילף. אונזער ערפארונג ווייזט אויף אז ג-ט טוט עס און ער וועט עס טון פאר אונז, אבער נאר אויב מיר נעמען א צענטראלער טייל אין די ארבעט. דער באשעפער וועט קיינמאל נישט אוועק נעמען אלע חסרונות, איין מאל פאר אלעמאל. עס ארבעט נישט אזוי. ער העלפן אונז יעדעס מאל זיך פארמעסטן מיט דעם איינעם פעלער פון וועלכן מיר ליידן דעמאלס אויף די מינוט, אויב מיר זענען גרייט צו טון אלעס וואס מיר דארפן אויף זיך צו באפרייען פון דעם.

די עצם ארבעט אליינס וואס מיר טוען, איינמאל און נאכאמאל, אויף די זעלבע כאראקטער פעלערן, דאס איז וואס טוט אונז טוישן אין דעם לענגערן טערמין. גאר אפט פאסירט עס אז מענטשן וועלכע קענען אונז, אבער ווייסן נישט אז מיר זענען אין דעם פראגראם, זעען פלוצלינג גרויסע שינויים אין אונז און זיי זאגן אונז אז זיי זעען אז מיר האבן זיך פיל פארבעסערט. אט דער פארבעסערונג איז א דירעקטער תוצאה פון די סטעפס. יעדעס מאל וואס איינס פון אונזערע כאראקטער פעלערן קומען ארויף, ארבעטן מיר נאכמאל די סטעפס, און אזוי, צוביסלעך, זעען מיר איין אז מיר האבן זיך געטוישט און אז אונזערע כאראקטער פעלערן האבן אנגעהויבן נאכלאזן פון זייער הערשאפט איבער אונז.