די פערטע סטעפ

“מיר האָבן געמאכט א דורכדרינגליכען מאראלישן איבערזיכט (חשבון הנפש) אן קיין שרעק”

די פריערדיגע דריי סטעפס זענען געווען ווי א הקדמה. אין דעם ערשטן סטעפ האבן מיר גוט אריינגענומען אין קאפ און אין הארץ דעם אמת’דיגן מציאות פון אונזער פראבלעם, אין דעם צווייטן סטעפ זענען מיר צוגעקומען צו גלייבן אז עס איז פארהאן א לייזונג פאר אונז, און אין דעם דריטן סטעפ האבן מיר מקבל געווען און געמאכט א ערנסטע החלטה צו טון וואס אימער מיר מוזן כדי אריבערצוגיין דעם טויש וואס מיר דארפן האבן אויף באפרייט צו ווערן. יעצט איז געקומען די צייט פאר דראסטישע שריט, וואס הייבט זיך אן מיט דעם פערטן סטעפ און וועט ווייטער גיין מיט די קומענדיגע סטעפס. אויב ביז אהער זענען די סטעפס געווען בעיקר מחשבות און געדאנקען – פון דא און ווייטער וועלן אלע סטעפס פאדערן פון אונז פעולות. פאקטישע מעשים. און דער אנהייב איז א חשבון הנפש.

פונקט ווי יעדער געשעפט מוז מאכן פון צייט צו צייט א שטיקל הפסקה און נעמען ‘אינווענטארי’, דאס מיינט, מאכן א ערנסטע בדיקה אין די סטאק רומס און אין די סטארעדזש רומס און באטראכטן די סחורה וואס ליגט דארט, פון וואס האט מען נאך גענוג און פון וואס נישט, וועלכע סחורה איז גוט און וועלכע איז געדעמעדזשט. פונקט אזוי דארפן מיר זיך אפשטעלן און נעמען די צייט פאר אן ערנסטע בדיקה איבער אונזער מצב צו פארשטיין וויאזוי און פארוואס מיר זענען אנגעקומען וואו מיר זענען אנגעקומען.

א געשעפט וועלכע טוט נישט די פשוט’ע ארבעט, האט גאר קליינע אויסזיכטן פאר הצלחה, ווייל ער ווייס נישט פון וועלכע סחורה ער דארף איינקויפן מער און פון וועלכע ווייניגער, און פון וועלכע ער דארף בכלל זעהן פטור צו ווערן. די זעלבע זאך איז מיט אונז

א געשעפט וועלכע טוט נישט די פשוט’ע ארבעט, האט גאר קליינע אויסזיכטן פאר הצלחה, ווייל ער ווייס נישט פון וועלכע סחורה ער דארף איינקויפן מער און פון וועלכע ווייניגער, און פון וועלכע ער דארף בכלל זעהן פטור צו ווערן. די זעלבע זאך איז מיט אונז; אויב מיר ווילן מצליח זיין און האבן א נארמאלן לעבן, דעמאלס מוזן מיר אוועק געבן צייט פאר א חשבון הנפש, אין וועלכען מיר זאלן באטראכטן וועלכע מעלות מיר האבן און וועלכע חסרונות, וועלכע גוטע מידות פארמאגן מיר וואס מיר ווילן מחזק זיין, און וועלכע נישט אזעלכע גוטע מידות מיר פארמאגן וועלכע שטערן אונז און מיר ווילן פטור ווערן פון זיי.

די פראבלעמאטישע מידות ביי אונז קענען זיין פחד, קנאה, אנהענגיגקייט, זוכן צו געפעלן פאר יעדן, פאראיבל אויף יענעם, אדער סיי וועלכע אנדערע מידה. די דאזיגע מידות רופן מיר אן “כאראקטער פעלערן”.

אלזא, עס איז ריכטיג אז מיר זענען אנגעקומען אהער צוליב איין ספעציפישער פראבלעם, אבער אויב מיר זענען שוין אנגעקומען צום פערטן סטעפ מיינט דאס אז מיר פארשטייען שוין אז מיר וועלן זיך נישט קענען באגענוגען מיט א לייזונג וועלכע קוקט נאר אויף דעם איינעם פראבלעם, מיר דארפן האבן א לייזונג וועלכע זאל ארום נעמען אונזער גאנצער לעבן, און אויך דעם ספעציפישן פראבלעם. דאס מיינט אז מיר קענען זיך נישט באגענוגען מיטן אויסגעפונען וועלכע זאך ברענגט אונז צו צום פאקטישן נפילה, נאר מיר מוזן מברר זיין וואס געפונט זיך אונטער דעם, וואס געפונט זיך ביים ווארצל, וואס איז דער שורש פון אונזער פראבלעם וואס צוליב דעם זענען מיר נישט מצליח אויפצוהערן.

אסאך מאל קען נעמען צייט ביז מיר הייבן אן צו זעהן דעם קשר צווישן וואס מיר טרעפן אין אונזער חשבון הנפש און די נפילות, אבער אפגעזעהן פון דעם צו מיר זעען דעם קשר אדער נישט, איז פאקטיש פארהאן א דירעקטער קשר צווישן אונזערע כאראקטער פעלערן און די נפילות. מיר זענען אזוי ווי פּאָפּעטס אין א פּאפּעט שאו, וועלכע זענען באהאפטן דורך דורכזיכטיגע בענדלעך און יעדע ריר וואס זיי געבן זיך ווערט געפירט דורך א ציה מיט’ן בענדל. דער ציבור זעהט נישט די בענדלעך וועלכע טוען באהעפטן די פאפעטס צו דעם וואס מאכט זיי זיך רוקן, אבער עס איז קלאר אז דער קשר צווישן די צוויי איז אלעמאל דא. אזוי אויך זענען אונזערע נפילות דירעקט פארבונדן צו פארשידענע מצבים וועלכע זענען משפיע אויף אונז, נאר אסאך מאל זעען מיר פשוט נישט דעם דורכזיכטיגן בענדל.

יעצט, אין דעם פערטן סטעפ הייבן מיר אן די ארבעט פון נאכזוכן נאך די דאזיגע בענדלעך כדי מיר זאלן זיי נאכדעם קענען אפהאקן.

עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס איז הונדערט פראצענט מושלם, אן קיינע כאראקטער פעלערן, און יעדער איינער פון אונז קען טרעפן ביי זיך די דאזיגע פעלערן פון וועלכע ער ליידט. זיי קענען האבן דעם צורה פון פחדים אדער פאראיבל, א ווילן צו געוועלטיגן און קאנטראלירן, אנהענגיגקייט אדער יעדע אנדערע סארט פעלער אין אונזער כאראקטער. ג-ט האט אונז נישט באשאפן פּערפעקט און עס איז אקעי אז מיר האבן כאראקטער פעלערן. דער פראבלעם איז נישט אז מיר האבן זיי. דער פראבלעם איז נאר ווען מיר אנערקענען נישט אז מיר האבן זיי און מיר זענען זיך נישט מטפל מיט זיי – מיר ליידן פון זיי. עס זענען פארהאן אזעלכע מענטשן וועלכע קענען לעבן מיט זייערע כאראקטער פעלערן און עס זאל זיי נישט שאדן אויף א שטארקן וועג, אבער ביי אונז זענען די כאראקטער פעלערן די זאכן וואס געפונען זיך ביים יסוד, און אויב מיר טוען זיך נישט מטפל זיין מיט דעם, דעמאלס האלטן מיר אין איין פאלן נאכאמאל און נאכאמאל.

מיר זענען אזויווי א וואולקאן בארג, וואס דער פייער וואס ברענט טיעף אינעווייניג ברענג אז פון צייט צו צייט עקספלאדירט עס ארויס פונעם שפיץ. מיר האבן אגאנצן צייט פרובירט צו פארשטאפן דעם מויל פונעם בארג כדי אז עס זאל נישט עקספלאדירן, אבער דאס ארבעט נישט, ווייל די היץ און די פייער וואס ברענען אינעווייניג זענען אלעמאל שטערקער פון סיי וועלכן צודעק מיר וועלן פרובירן ארויפצולייגן אויף דעם מויל. אדער וועלן זיי פשוט אויסברעכן א נייעם עפענונג. אצינד פארשטייען מיר שוין אז כדי אפצוהאלטן אן אויפרייס, מוזן מיר זיך מטפל זיין מיט דאס וואס געפונט זיך אין דעם בארג און אזוי ארום ברענגען אז עס זאל נישט צוקומען צו א מצב פון אן אויפרייס. און דאס איז פונטקטליך וואס מיר הייבן אן צו טון אין די פערטע סטעפ.