די ערשטע סטעפ

“מיר האָבן מודה געווען אז מיר זענען מאַכטלאָז איבער פּאָרנאָגראַפיע – אז אונזער לעבן איז געווארן אומקאָנטראָלירבאַר.”

דער ערשטער סטעפ איז דער יסוד צו די גאנצע ארבעט אויף די סטעפס און אָן דעם איז זייער שווער צו גלייבן אז איינער וועט נעמען עס ערנסט און וועט גרייט זיין צו משקיע זיין די ארבעט אין די קומענדיגע סטעפס. די סטעפס זענען אלע פשוט, אבער זיי זענען בכלל נישט גרינג, און די ווייטאג איז דאס וואס שטופט אונז צו גיין ווייטער טראץ די שוועריגקייטן. נאר ווער עס האט שוין געהאט גענוג ווייטאג, נאר ווער עס האט שוין פרובירט יעדע אנדערע וועג אבער נישט מצליח געווען, נאר דער וועט זיך באמת אוועק געבן צו ארבעטן די סטעפס. אזוי לאנג ווי מיר מיינען נאך אז מיר קענען דאס באווייזן אליינס, אזוי לאנג ווי מיר מיינען נאך אז דאס איז א פראבלעם וואס גייט פון זיך אליינס אוועק גיין אדער וואס וועט זיך פשוט אויסגראדן מיט די צייט, וועלן מיר נישט זיין גרייט זיך אינגאנצן איבערצוגעבן און מיר וועלן נישט משקיע זיין דאס וואס מען דארף משקיע זיין בכדי מצליח צו זיין מיט דעם 12 סטעפ פראגראם.

צו קען איך זיך אליינס פארמעסטן מיט מיינע נפילות? אויב די תשובה איז פאזיטיוו, דאן קענען מיר נישט אויספירן דעם ערשטן סטעפ, און דאס מיינט אויך אז דער פראגראם איז נישט צוגעפאסט פאר מיר. אויב ווידער דער ענטפער איז נעגאטיוו – דאן האבן מיר שוין גענומען דעם ערשטן סטעפ

דערפאר פאדערט דער ערשטער סטעפ פון אונז אז מיר זאלן דאס גוט ארייננעמען אין קאפ און אין הארץ, און מיר זאלן אנערקענען און מודה זיין צו זיך אליינס אז מיר זענען אינגאנצן מאכטלאז אנטקעגן די תאווה. דער ווערטערליכער אפטייטש פון דעם מושג “מאכטלאז” איז: עס פעלט דער כח; וואס דאס מיינט אז מיר אנערקענען און זענען מודה אז עס פעלט אונז דער כח וואס פאדערט זיך פאר דעם פארמעסט. מיר האבן פרובירט הונדערטער און טויזענטער מאל און מיר זענען שטענדיג דורכגעפאלן, דעמאלס זאגט דאך דער פשוט’ער שכל אז אויב מיר וואלטן פארמאגט דעם געפאדערטן כח – דאן וואלטן מיר שוין מצליח געווען, און אויב מיר האבן נאך ביז יעצט נישט מצליח געווען, דעמאלס דארפן מיר אנערקענען מיט אן אמת’דיגקייט אז אויך יעצט וועלן מיר נישט מצליח זיין.

עס רעדט זיך נישט דא פון קיין שום “טריק” אדער עפעס א טיעפער רעיון וואס מיר דארפן עס אנערקענען אדער זיך מתווכח זיין מיט דעם, נאר מען רעדט דא פון א פשוט’ע פראגע וואס מיר דארפן זיך אליינס פרעגן: צו קען איך זיך אליינס פארמעסטן מיט מיינע נפילות? אויב די תשובה איז פאזיטיוו, דאן קענען מיר נישט אויספירן דעם ערשטן סטעפ, און דאס מיינט אויך אז דער פראגראם איז נישט צוגעפאסט פאר מיר. אויב ווידער דער ענטפער איז נעגאטיוו – דאן האבן מיר שוין גענומען דעם ערשטן סטעפ.

אפטמאל פאסירט אז דער דאזיגער פשוט’ער פראגע טוט אונז אריינשלעפן אין א געווירבל פון צעמישעניש און מיר טרעפן זיך פרעגנדיג זיך אליינס די פראגע, צו בין איך באמת מאכטלאז אדער אפשר דארף איך זיך פשוט אביסל מער אנשטרענגען? עס זענען פארהאן אזעלכע וואס די צווייטע מעגליכקייט איז אמת ביי זיי, אבער וויאזוי קענען זיי דאס וויסן? געווענליך קען מען דאס אויסטשעקן אויף זייער א פשוט’ן וועג. פאר דעם נייעם חבר וועלכער ווייגערט זיך און קען נישט באשליסן צו ער וועט קענען אליינס מצליח זיין אין דעם פארמעסט וועלן מיר זאגן אז עס איז ווערט אז ער זאל אליינס פרובירן, און אפגעזעהן פון וואס די רעזולטאטן וועלן זיין וועט דאס זיין א גרויסער תועלת פאר אים: אויב וועט ער מצליח זיין אליינס אין דעם פארמעסט וועט שוין נישט אויספעלן פאר אים צו אנערקענען אז ער איז מאכטלאז, ווייל ער איז דאך נישט. אבער אפילו אויב ער וועט נישט מצליח זיין, און נאך וואס ער וועט איינשפאנען זיין גאנצן כח הרצון וועט ער נאך אלץ אדורכפאלן, איז דאך גוט, דאן ווייסט ער אז ער האט נישט קיין ברירה נאר מודה צו זיין אז ער איז מאכטלאז.

רוב מאל וועט נישט זיין גענוג אז דער מענטש אליינס אנערקענט און איז מודה פאר זיך אליינס אז ער איז מאכטלאז, ווייל די תאווה איז כיטרע, צומישענד און זייער מאכטפול, און מיר לאזן זיך כסדר איבעררעדן דורך אים, אז “דאס מאל וואס זיין אנדערש”. דערפאר באנוצן מיר זיך מיט עטליכע כלים כדי צו ארבעטן אויף דעם ערשטן סטעפ.

די הויפט כלי איז דאס מודה זיין פאר אנדערע. אזוי לאנג ווי מיר האלטן צו זיך אונזער אנערקענונג איבער אונזער מאכטלאזיגקייט, איז זייער גרינג פאר אונז זיך צו לאזן פארפירן און צוריק גיין צו אונזער פארלייקענונג און זיך צו איבערצייגן אז מיר האבן באקומען דעם כח זיך אליינס צו פארמעסטן. אנדערש איז אבער ווען מיר טוען ארייננעמען אנדערע חברים פונעם פראגראם אין אונזער אנערקענונג, דעמאלס מאכן זיי זיכער אונז צו דערמאנען פארוואס און וויאזוי מיר זענען אנגעקומען צו די מסקנא אז מיר זענען מאכטלאז. אין צוגאב צו דעם נוצן מיר אויך דעם עצה פון שרייבן. ווען מיר פרובירן צו ענטפערן בכתב אויף פשוט’ע פראגעס: וואס איז דער פרייז וואס איך האב באצאלט אויף אלע מיינע נפילות, און וואס האב איך שוין אלס פרובירט צו טון בכדי אויפצוהערן אבער דאך נישט מצליח געווען?

די ערשטע סטעפ גרייט אונז צו דעם וועג פאר די ארבעט וואס מיר וועלן דארפן טאן אין די קומענדיגע סטעפס, מיט דעם וואס עס שטעלט זיך נישט נאר אויף אונזערע נפילות, נאר עס פאדערט אויך פון אונז צו אנערקענען אז מיר האבן פשוט פארלוירן קאנטראל אויף אונזער לעבן. דאס קען זיך הערן ווי כאילו עפעס אן ‘אויפרייס’, אבער נישט דאס מיינט מען. דער געדאנק איז אז מיר זאלן אנערקענען אז דער פרייז וואס מיר באצאלן פאר אונזער תאווה איז נישט נאר די צייט וואס מיר פארלירן, נאר פיל פיל מער פון דעם, און אז די נפילות צורייסן אונז פון אינעווייניג.

מער פון דעם איז דאס א געלעגענהייט פאר אונז זיך צו געבן א גוטן קוק אין שפיגל און זיך אליינס פרעגן, אבער מיט א שטארקקייט: פארוואס גיי איך צוריק איין מאל און נאכאמאל צו דעם תאווה כאטש עס טוט אזוי וויי און טראץ דעם הויכן פרייז וואס איך טו באצאלן פאר דעם?