דער צענטער סטעפ

“מיר האָבן ממשיך געווען צו מאכן א חשבון הנפש און ווען מיר זענען באגאנגען א פעלער האָבן מיר דאס גלייך מודה געווען”

די צוועלעף סטעפ פראגראם איז נישט ווי א קורס וועלכע מען נעמט, אין וועלכען מען דארף טון א געוויסע סעט פון פעולות איין מאל און נאכדעם באקומט מען א סערטיפיקאט וועלכע מאכט אונז פאר נייע מענטשן אויפן גאנצן לעבן. דאס איז א פראגראם וועמענס פרינציפן מיר דארפן ווייטער פראקטיצירן און לעבן מיט דעם אויף אונזער גאנצער לעבן. אויב מיר פארשטייען אז אונזערע כאראקטער פעלערן צושטערן אונז, מיינט דאס אז מיר וועלן דארפן ווייטער ארבעטן אויף אונזערע כאראקטער פעלערן אונזער גאנצער לעבן. און אויב מיר האבן פארשטאנען אז אויף צו בלייבן ריין מיר דארפן זיך אויסגלייכן מיט די מענטשן וועמען מיר האבן וויי געטאן און מיט די וואס האבן אונז וויי געטאן, דארפן מיר דאס טון ווייטער אויך, יעדעס מאל וואס מיר טוען איינעם וויי און יעדעס מאל וואס מיר ווערן וויי געטאן דורך א צווייטן.

א מענטש איז קיינמאל נישט בשלימות און אונזער ארבעט ענדיגט זיך נישט אזוי לאנג ווי מיר לעבן. אזוי האט ג-ט אונז באשאפן און דאס איז די עבודה פון יעדן מענטש ווי אימער ער איז

דער צענטער סטעפ זאגט אונז: “טוט ווייטער דאס וואס איר האט יעצט געטון אין די סטעפס”. א מענטש איז קיינמאל נישט בשלימות און אונזער ארבעט ענדיגט זיך נישט אזוי לאנג ווי מיר לעבן. אזוי האט ג-ט אונז באשאפן און דאס איז די עבודה פון יעדן מענטש ווי אימער ער איז. דא אין דעם סטעפ לערנען מיר ווייטער צו טון די ארבעט פון די פריערדיגע סטעפס אויף א רעגלמעסיגן, טאג-טעגליכן אופן, און זיך נישט לאזן איינרעדן פון דעם געדאנק אז מען קען איינמאל טון די סטעפס און ווערן אן אדם השלם.

אז דו וועסט זיך גוט איינקוקן וועסטו זעהן אז דער נוסח פון דער סטעפ נישט “אויב” מיר האבן געמאכט א פעלער, נאר “ווען” מיר האבן געמאכט א פעלער, ווייל עס נישטא קיין שום ספק אז מיר וועלן מאכן טעותים און פעלערן, נאר מיר לערנען זיך אויס מודה צו זיין אז מיר האבן דאס געמאכט און זיך צו פארמעסטן מיט אונזערע טעותים און פעלערן, אנשטאט זיי צודעקן דורך זיי איגנארירן, זיי אוועקשטופן און אנטלויפן פון זיי דורך נאך נפילות.

יעדער מענטש מאכט טעותים, און מיר זענען אויך אריינגערעכנט אין דעם ‘יעדער’, דער פראגראם איז נישט געמאכט געווארן אונז איבערצוקערן צו מושלמים, אדער צו מלאכים וועלכע מאכן נישט קיין פעלערן, דאס איז אפילו נישט אונזער ציהל. אנשטאט דעם ציהלן מיר יא צו שטייגן פערזענליך אין אונזער עבודה, און דאס איז אלעמאל מעגליך. דער צענטער סטעפ דערמאנט אונז אז מיר זאלן כסדר וועלן שטייגן נאך העכער און נאך העכער, און אז מיר זאלן ווייטער טון די פעולות וואס וועלן אונז העלפן דאס צו טאן.