די פינפטע סטעפ

“מיר האָבן מודה געווען צום באשעפער, צו זיך און צו נאך א מענטש אויף די פּונקטליכע נאטור פון אונזערע אומרעכטן”

נאך וואס מיר האבן געענדיגט מאכן אונזער חשבון הנפש, וואס זאלן מיר טון דערמיט? לאמיר זאגן אז מיר האבן אנערקענט אז מיר ליידן פון פאראיבל און פחדים, וויאזוי קענען מיר זיך באפרייען פון דעם? די כאראקטער פעלערן גייען נישט פארשוואונדן ווערן פון זיך אליינס, און דער מציאות אז מיר טוען זיי אנערקענען גייט אונז נישט קיין סאך העלפן אויב מיר וועלן זיך נישט ווייטער רוקן מיט ערנסטע פעולות.

אין דעם פינפטן סטעפ טוען מיר אט די פעולה פון וועלכען מיר האבן אלעמאל דאס מערסטע מורא געהאט; אבער יעדער וואס האט דאס נאר אמאל געטון וועט אייך עדות זאגן אז דער תוצאה דערפון איז געווען פונקט דאס פארקערטע פון דעם וואס ער האט מורא געהאט. מיר האבן אלעמאל מורא געהאט אויפצודעקן אונזער סוד פאר א צווייטן, ווייל מיר זענען געווען זיכער אז ברגע וואס יענער וועט וויסן וואס מיר זענען באמת, וועט דאס זיין אונזער סוף. אדער לכל הפחות דער סוף פון אונזער שייכות מיט דעם מענטש. מיר זענען געווען צעשפליטערט פון אינעווייניג בשעת מיר האבן אלעמאל ארויסגעוויזן אינדרויסן נאר איין זייט פון זיך, און דערווייל האבן די בושה, די איינזאמקייט און די שולד געפיהלן אונז אויפגעגעסן פון אינעווייניג. אצינד שטייט פאר אונז די געלעגענהייט שלום צו מאכן מיט זיך אליינס, דורך דעם וואס מיר וועלן מיטטיילן מיט נאך א מענטש דעם גאנצן בילד, דעם גאנצן אמת איבער ווער מיר זענען; ווער מיר זענען פון אינעווייניג און ווער מיר זענען פון דרויסן, אונזערע מעלות און אונזערע חסרונות, אן איבערלאזן קיין שום סודות וועלכע וועלן אונז ווייטער שטערן.

אין דעם פינפטן סטעפ טוען מיר אט די פעולה פון וועלכען מיר האבן אלעמאל דאס מערסטע מורא געהאט; אבער יעדער וואס האט דאס נאר אמאל געטון וועט אייך עדות זאגן אז דער תוצאה דערפון איז געווען פונקט דאס פארקערטע פון דעם וואס ער האט מורא געהאט

 

ווען אימער מיר האבן פרובירט איבערצוהיפן דעם דאזיגן סטעפ, האבן מיר זיך איבערצייגט אז מיר זענען נישט מצליח זיך צו באפרייען פון אונזערע כאראקטער פעלערן, און מיר האבן נישט באקומען די געוואונטשענע תוצאות. אונזערע כאראקטער פעלערן בכלל און דער דאזיגער תאווה בפרט, האבן זייער ליב די פינסטער, און דער וועג זיך צו שטארקן איבער זיי איז זיי ארויסצוברענגען לאור עולם, זיי צו אנטפלעקן צו די לעכטיגקייט פון דעם זון. דאס טוט אונז אויסרייניגן. פאר דעם צוועק וועלן מיר אויפזוכן א מענטש וועמען מיר קענען געטרויען, געווענליך וועט דאס זיין א חבר פון דעם פראגראם (דאס בעסטע איז אויב מען קען דאס טון מיט דעם ספאנסער, וואס ער איז שוין באקאנט מיט דעם פראצעדור און ער באגלייט אונז אין אונזער פערזענליכע רייזע און קען אונז גוט), און מיט אים וועלן מיר איבערגיין און אים דערציילן אלעס וואס מיר האבן געטראפן אין אונזער חשבון הנפש.

דאס מיטטיילן מיט נאך א מענטש איז זייער א וויכטיגער טייל און איז איינס פון די עצם מציאות’ן פון דעם פראגראם, דאס איז א זאך מיט וואס מיר באנוצן זיך שטענדיג, נישט נאר ווען מיר געפונען זיך ביים פינפטן סטעפ. גאר אפט, ווען מיר טרעפן זיך אין א מצב אז מיר שפירן ווי מיר ווערן אנגערייצט, וועלן מיר אויפהייבן א טעלעפאן און אנרופן א חבר און אים דערציילן וואס גייט פאר. אין צוגאב צו דעם איז ביי די גרופעס אליינס געט מען אוועק אסאך צייט פאר דעם אז מענטשן זאלן קענען מיטטיילן וואס קומט פאר אין זייער פערזענליכען לעבן. און דאס אלעס טוען מיר ווייל מיר האבן געלערנט אויף די אייגענע הויט אז סודות און איינזאמקייט זענען פון אונזערע גרעסטע פיינט, און אויב מיר ווילן אז אונזער ריקאווערי זאל אנהאלטן און זיין שטארק, דאן מוזן מיר מיטטיילן פאר אנדערע מענטשן וואס אונזערע פארמעסטן זענען, סיי צו עס איז בנוגע צו תאווה און לאסט און סיי צו עס איז בנוגע אנדערע פראבלעמען אין אונזער לעבן ווי אונזערע כאראקטער פעלערן ברענגען אונז צו צו פראבלעמאטישע התנהגות.