דער עלפטער סטעפ

“מיר האָבן געזוכט דורך געבעט און התבוננות צו פארבעסערן אונזער באוואוסטזיניגע קשר מיט’ן אויבערשטן לויט ווי מיר פארשטייען אים, דאווענענדיג נאר צו וויסן וואס זיין ווילן פאר אונז איז, און פאר די כח עס אויסצופירן”

אונזער’ס איז א רוחניות’דיגע פראגראם, און כאטש אפילו עס זענען דא אין דעם פארשידענע זאכן וועלכע זעען אויס ווי טייל פון א פסיכאלאגישער פראגראם, איז עס אבער פארט באזירט אויף ג-ט. מיר קענען דאס גוט זעהן אין דעם דריטן סטעפ ווי “מיר האבן באשלאסן אריבערצופירן אונזער לעבן און אונזער ווילן צו ג-ט”, און אזוי אויך אין דעם זיבעטן סטעפ ווי “מיר האבן אים געבעטן מיט ענווה אז ער זאל אונז באפרייען פון אונזערע פעלערן”. אויב האבן מיר ערנסט געארבעט די סטעפס ביז אהער וועלן מיר זעהן אז מיר זענען געגאנגען א לאנגען וועג זיך צו דערנענטערן צום באשעפער. יעצט איז געקומען די צייט אוועקצוגעבן פאר דעם צוועק נאך ארבעט, און דאס מאל אין א דירעקטן וועג.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז דאס בעסטע וועג דאס צו טון איז דורך תפילה-דאווענען, אבער דא, אין דעם פאל, רעדן מיר נישט סתם פון דאווענען, אזוי ווי מיר זענען געוואוינט פון דעם רעליגיעזן שטאנדפונקט פון אונזער לעבן. מיר רעדן דא פשוט פון תפילה אויף אן אופן פון פלעין רעדן צום אויבערשטן, אויף א פערזענליכן וועג.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז דאס בעסטע וועג דאס צו טון איז דורך תפילה-דאווענען, אבער דא, אין דעם פאל, רעדן מיר נישט סתם פון דאווענען, אזוי ווי מיר זענען געוואוינט פון דעם רעליגיעזן שטאנדפונקט פון אונזער לעבן. מיר רעדן דא פשוט פון תפילה אויף אן אופן פון פלעין רעדן צום אויבערשטן, אויף א פערזענליכן וועג.

אוודאי קענען מיר זיך אויך באנוצן מיט די געווענליכע תפילות וואס מיר זאגן, אויף צו טון דעם סטעפ, אבער דאס איז נאר אויב מיר דאווענען אויף אן אמת’ן אופן, פון הארצן; אבער נישט אויב מיר דאווענען נאר אזוי מן השפה ולחוץ, סתם געזאגט אשרי יושבי אן קיין שום מחשבה, כמצוות אנשים מלומדה. אזא סארט תפילה קען נישט האבן קיין שום השפעה אויף אונזער מצב.

מיר דארפן האבן א אמת’ע קשר מיט’ן אויבערשטן, אזא קשר וועלכע דרוקט זיך אויס דורך אמת’ע תפילה פון טיעפן הארצן, און פארדעם איז נישט קיין חילוק וואספארא נוסח מיר נוצן, אדער צו מיר זאגן עס מיט ווערטער אדער נאר במחשבה, דער עיקר איז זיך צו באנוצן מיט דעם כח פון תפילה מיט אן אמת’דיגקייט, מיט די פולע ערנסטקייט.

מיר הייבן זיך אן אויסלערנען אריינצונעמען תפילה אלס א ערנסטער טייל פון אונזער לעבן. אין שווערע מינוטן לאזן מיר אלעס אפ, מיר שטעלן זיך אפ און מיר קערן זיך צום אויבערשטן מיט א קורצע תפילה. צו די שוועריגקייט איז א פארמעסט מיט אונזער תאווה אדער א פארמעסט מיט אנדערע שוועריגקייטן אין לעבן מיט וועלכע מען באגעגענט זיך יעדן טאג. עס קען זיין אז ביים אנהייב וועט זיך עס שפירן ‘פאָני’, פרעמד, און נישט עכט, אבער דער פאקט איז אז ווי מער מען טוט עס, אלס מער שפירן מיר אז די סארט דירעקטע תפילות ווערן ממש ווי א טייל פון אונז און עס קומט שוין ממש נאטורליך.

אסאך מאל קען אזא תפילה זיין ממש א רגע פון שטילע מחשבה און התבוננות ווי מיר קערן זיך צו ג-ט אן קיינע ווערטער, און אמאל קען זיין אפילו אז מיר זאלן דאס טון צוזאמען מיט א חבר וועלכער קען אונז און פארשטייט אונזער מצב. יעדער איינער קען זיך קלויב דא זיין פערזענליכן וועג אין תפילה, דער עיקר איז אז מען זאל עס טון.

אבער איין וויכטיגע נקודה מוזן מיר דערמאנען: מיר דאווענען נישט דא צום אויבערשטן אז ער זאל אונז געבן וואס עס שמעקט אונז און וואס מיר ווילן. דאס פלעגן מיר אמאל טון. ווי דער נוסח פון די דאזיגע סטעפ זאגט, בעטן מיר ביים באשעפער צו וויסן “וואס ער וויל פון אונז, און פאר די כח – און רצון – עס אויסצופירן”.