וואס איז דער פראגראם פון די סטעפס?

איינס פון די עלטסטע מעדיצינישע פראבלעמען אויף דער וועלט איז דער פראבלעם פון ווערן אדיקטעד צו דעם ביטערן טראפן; אדער ווי אנדערע רופן דאס אן: “אלקאהאליזם”. גאנצעטע דורות פון מענטשן וועלכע זענען געווארן אדיקטעד צו אלקאהאל זענען געווען גענצליך האפענונגסלאז, אן קיין שום אויסזיכטן זיך צו ריקאווערן, און טויזנטער פון זיי זענען געשטארבן פון דעם אדער איינגעשפארט געווארן אין פארשידענע אנשטאלטן פאר חולי נפש. דאקטוירים און אנדערע פראפעסיאנאלן האבן פרובירט מיט אלע כוחות זיי צו העלפן אויפהערן דעם דאזיגן שעדליכן אויפפירונג, אבער מיט גאר ווייניג הצלחה.

דר. קארל יונג, איינער פון די גרעסטע פסיכאלאגן אינעם ערשטן האלב פונעם צוואציגסטן יארהונדערט, וואס איז דוקא געווען אפן צו רוחניות’דיגע געדאנקען, האט גע’טענה’ט אז די איינציגסטע וועג פאר אן עדיקט מצליח צו זיין זיך צו ערהוילן פון אלקאהאל איז אויב ער וועט אריבערגיין א רוחניות’דיגע אויפוואכונג, אזא סארט אויפוואכונג וואס וועט אים צוברענגען צו א גענצליכער טויש אין זיין גאנצער וועזן. אין שפעטערע יארן האט יונג געשריבן, אז דער דורשט צו אלקאהאל איז גלייך צו דעם דורשט פון דעם גייסט זיך צו פאראייניגן מיט’ן אויבערשטן, ציטירנדיג דעם פסוק אין תהלים “צמאה נפשי לאלוקים לקל חי”.

דר. קארל יונג, איינער פון די גרעסטע פסיכאלאגן אינעם ערשטן האלב פונעם צוואציגסטן יארהונדערט, וואס איז דוקא געווען אפן צו רוחניות’דיגע געדאנקען, האט גע’טענה’ט אז די איינציגסטע וועג פאר אן עדיקט מצליח צו זיין זיך צו ערהוילן פון אלקאהאל איז אויב ער וועט אריבערגיין א רוחניות’דיגע אויפוואכונג, אזא סארט אויפוואכונג וואס וועט אים צוברענגען צו א גענצליכער טויש אין זיין גאנצער וועזן

צוויי האפענונגסלאזע אלקאהאליקער, וועלכע האבן שוין געהאט פארלוירן אלעס אין זייער לעבן, האבן אנגענומען די ווערטער מיט די פולע ערנסטקייט און זיי האבן זיך גענומען ארבעטן אויף זיך צו טוישן זייער וועג וויאזוי זיי האבן געלעבט ביז דעמאלס און אנצוהייבן לעבן אויף א נייעם וועג, באזירט אויף די געדאנקען פון ארויסרייסן פון זיך עגאאיזם; גלייבן אין, און זיך איבערגעבן גענצליך צו, ג-ט; פארגיטיגן פאר אלע מענטשן פאר וועמען זיי האבן וויי געטאן, און פערזענליכע, שווערע ארבעט אויף זייערע נישט גוטע מידות. די ביידע מענטשן האבן זיך ערהוילט, און פון דעמאלס ביז זייער טויט האבן זיי מער נישט גענומען קיין טראפן אלקאהאל אין מויל אריין.

ווי נאר זיי האבן איינגעזעהן אז עס איז דא אויסזיכטן האבן זיי זיך אריינגעווארפן אין די ארבעט מיט א געוואלדיגע התלהבות, צו העלפן וואס מער אלקאהאליקער, און דער זעלבער נס וואס האט פאסירט צו די ערשטע צוויי, האט פאסירט זינט דאן צאללאזע מאל. זיי האבן אויפגעשטעלט גרופעס וועלכע ווערן גערופן “אלקאהאליקס אנאנימוס”; די דאזיגע גרופעס האבן זיך גאר שנעל פארשפרייט און זענען אנגעקומען צו יעדן מקום אויף די וועלט. עס האט נישט געדויערט לאנג ביז פראפעסיאנאלן האבן זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט די זעלבע געדאנקען און פרינציפן וועלכע די אלקאהאליקער האבן אנטדעקט, ארויסברענגענדיג די וויכטיגקייט פון רוחניות אין דעם לעבן פון יעדן עדיקט וואס זוכט זיך צו ערהוילן.

און דאן האט זיך ארויסגעשטעלט נאך א זאך – עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער זעלבער לייזונג וואס די אלקאהאליקער האבן געטראפן, קען פונקט אזוי ארבעטן אויך פאר אנדערע סארט עדיקטס.

די ערשטע זיך אנצושליסן אין דעם זענען געווען די דראג עדיקטס, און נאך זיי האבן נאכגעפאלגט יעדע סארט אדיקשאן וואס מען קען נאר טראכטן פון דעם. די וואס זענען אדיקטעד צו געמבלען, דורך וועלכע זיי האבן אלעס פארלוירן; די וואס זענען אדיקטעד צו עסן, וואס זיי האבן נישט מצליח געווען אויפצוהערן צו פרעסן אויף א צוואנגהאפטיגן אופן, טראץ דעם הויכן פרייז וואס זיי האבן באצאלט אין שווערע פיזישע און עמאציאנעלע פראבלעמען און מחלות; און נאך פילע אנדערע. און אזוי ארום איז דער דאזיגער פראגראם אנגעקומען צו אונז אויך, וואס מיר זענען אדיקטעס צו שעדליכע אויפפירונגען אין דעם שטח פון לאסט און סעקס.

אבער צוערשט האט אויסגעפעלט צו אנערקענען דעם מציאות אז מען קען בכלל ווערן אדיקטעד צו פארשידענע סארט סעקסישע אויפפירונגען, אזוי ווי וואטשן פארנאגראפיע, מעסטורבעישאן, אא”וו. עס איז געווען ממש א מהפכה דאס צו קענען זעהן אויף אזא אופן, ווייל אנדערש ווי ביי אלקאהאל און דראגס, טוען מיר נישט אריינלייגן קיין אדיקטיווע שטאף אין אונזער קערפער.

אבער פארט איז דער פארגלייך געווען צו שטארק אז מען זאל זיך פשוט פארהוילן פון דעם. דער פארנאגראפיע אדיקט גייט אדורך די זעלבע שטאפלען ווי דער אלקאהאל אדיקט. אנגעהויבן פון דעם דראנג וועלכע אנטוויקלט זיך צוביסלעך, אנצוהאלטן דעם פראבלעמאטישן אויפפירונג; ווייטער צו דעם געברויך כסדר צו העכערן דעם קוואנטום; דאס אוממעגליכקייט אויפצוהערן, און די איינצוג ווייטאגן – א פענאמען וואס פאסירט ווען א עדיקט הערט אויף זיך צו באנוצן מיט דעם ‘דראג’ פון זיין אדיקשאן.

אויך דא האט דער אויבערשטער שוין אויסגעטרעטן דעם וועג פאר אונז, ווען עטליכע חברים האבן איינגעזעהן אז דער פראגראם פון די אלקאהאליקער האט געארבעט פאר זיי און זיי האבן אויפגעשטעלט די ערשטע גרופעס וועלכע האבן געגעבן דעם לייזונג פאר די וואס זענען אדיקטעד צו פראבלעמאטישע סעקסישע אויפפירונגען.

אין די יארן וועלכע זענען פארלאפן זינט דאן איז דער צוועלעף סטעפ פראגראם געווארן אנערקענט אלס די בעסטע לייזונג, מיט די העכסטע אויסזיכטן פאר הצלחה. נאך און נאך חברים האלטן זיך אין איין אנשליסן אין דעם פראגראם פון די סטעפס, און פילע טרעפן זיך פרעגן די פראגע: וואס איז דאס דער פראגראם? וויאזוי גייט מען ארויף אויף די טרעפ? און נאך פילע שאלות ארום דעם.

אויף אונזער סייט וועסטו טרעפן אסאך אינפארמאציע וועלכע איז געשריבן געווארן דירעקט מיט דעם ציהל אוועקצושטעלן פאר אייך אונזער דערציילונג אויף זיינע פארשידענע חלקים; אדיקשאן, די שוועריגקייטן און וויאזוי ארויסצוגיין פון דעם תפיסה, כדי אז דו, דער לייענער, זאלסט קענען פארשטיין וואס מיר זענען אריבער און וואס מיר האבן געטון אויף זיך ארויסצוזעהן פון דעם שוועריגקייט.

מיר האפן אז דער סייט וועט דינען אלס א איבערצייגענדער עדות אז דו האסט נאך אויך גוטע אויסזיכטן, און אז עס איז דא א גוטער לייזונג וועלכע קען ארבעטן פאר דיר אויך. אין צוגאב צו דעם האפן מיר אז איר וועט טרעפן דא ענטפערס אויף די פראגעס וועלכע באשעפטיגן דיך יעצט און דו וועסט זעהן פונקטליך וויאזוי מיר האבן ריקאווערט.

מיר רעדן זיך נישט איין פאר איין רגע אז דאס איז גרינג, און אויך נישט אז עס איז פאסיג פאר יעדן איינעם, אבער אויב דו טוסט זיך אידענטיפיצירן מיט דעם פראבלעם, טוען מיר פארשטעלן פאר דיר וואס האט געארבעט פאר אונז. און מיר האפן אז דו וועסט אויך טרעפן א פאסיגע לייזונג אין דעם.