א פערזענליכע ערציילונג

איך בין אין מיינע דרייסיגער יארן, פארהייראט צו א וואוילע, טייערע, איידעלע פרוי, א טאטע פון עטליכע קינדער, ארבעט אויף א גוטע, מכובד’יגען פאסטן, אן אנגעזעענער מענטש אין מיין קהילה און איך קען אפילו לערנען. אבער דאס אלעס איז נאר איין זייט פון די מטבע. דער צווייטער זייט זעהט אויס פונקט פארקערט פון דעם.

איך געדענק שוין נישט פונקטליך ווען איך האב דאס ערשטע מאל מוז”ל געווען, אבער דאס געדענק איך קלאר אז איך האב עס אליינס אנטדעקט, אן צו וויסן אפילו אז עס רעדט זיך דא פון עפעס אן “עבירה” אדער עפעס וואס מען טאר נישט טאן, און דאס איז געווען בערך ביי די 11 – 12 יאר.

און דעמאלס, ערגעץ אין יענע צייט ווען דער אינטערנעט איז שוין געווארן פיל שנעלער און די ווידעאוס האבן אינגאנצן איינגענומען מיין הארץ און מוח, האב איך פלוצלינג “געוואוסט” וואס דער לייזונג צו מיין מצב איז: חתונה האבן

וואס עס איז מיר דאס מערסטע אינטערעסאנט איז, אז עס האט מיר נאך גענומען פילע יארן ביז איך האב אנטדעקט די אנדערע סודות איבער סעקס, אבער די דאזיגע תמימות האט מיך נישט געשטערט פון ווערן אדיקטעד צו מעסטורבעישאן (הוז”ל). דאס איז געווען מיין אנטלויף ארט, ווי איך האב זיך געשפירט פארזיכערט, עס איז געווען מיין איינשלעף מיטל, אין איין ווארט: גיפט. איך האב געלערנט אין ישיבה און איך בין געווען אן אויסגעצייכנטער בחור אבער אין מיין הארץ האט זיך געפונען ‘עפעס’ וואס האט געקייט און געגריבלט אריין אין מיין נשמה אן אויפהער. איך האב זיך געשפירט א שקרן און א בלאפער, ווען פון איין זייט לערן אין פלייסיג און איך דאווען ערליך, און פון די צווייטע זייט בין איך עובר במזיד איין מאל און נאכאמאל אויף א גאר הארבן איסור. און דאס האט מיך צוגעברענגט צו שטייגן נאכאנאנד אין צוויי קעגנגעזעצטע שטחים: פון איין זייט האב איך זיך געטרייט צו שטארקן און תשובה טאן דורך לערנען און דאווענען, און פון די אנדערע זייט בין איך אלס מער אנטלאפן צו די תאווה נאך יעדעס מאל וואס איך בין דורכגעפאלן.

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן יענעם נאכט, איך בין געווען דעמאלס בערך 13 און נאכן מעסטורבעיטן האב איך זיך געשפירט ספעציעל שלעכט. איך האב זיך אויסגעוויינט און זיך געבעטן ביים באשעפער אז ער זאל מיר העלפן און איך האב געשוואוירן אז איך וועל מער קיינמאל נישט טון די זאך אין מיין לעבן. אבער דעם אנדערן טאג, ווען איך האב זיך געטראפן אז האב ווידער מוז”ל געווען, דעמאלס האב איך געוואוסט אויף זיכער אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט מיר. דער פאראדאקס איז געווען גאר ווייטאגליך: איך וויל אויפהערן מיט מיין גאנצן וועזן, אבער איך בין פשוט נישט מסוגל.

איין מאל בין איך אפילו געכאפט געווארן. עס איז גענצליך איבעריג צו שילדערן דעם שרעקליכן בושה און די פחד. איך בין געווען זיכער אז דאס איז דאס, איך האב דערגרייכט דאס נידריגסטע און יעצט איז שוין נישט מעגליך אז איך זאל דאס טון נאכאמאל. איך בין געווארן אריין גערופן אויף אן ערנסטן שמועס אין אפיס פון דעם ראש ישיבה, א מענטש וועמען איך שעץ זייער שטארק (נאך היינט אויך). ער האט געשמועסט מיט מיר באריכות און מיר ארויסגעגעבן א גאנצן סדר תשובה, אבער עס האט אנגעהאלטן גאר א קורצער צייט. און אויך דאס מאל, אזוי ווי יעדעס אנדערע מאל, ווען איך בין שוין געווען זיכער אז איך האב דערגרייכט דאס נידריגסטע, האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך בין נאך זייער ווייט פון דארט.

און דעמאלס, אין יענעם תקופה האב איך אנטדעקט דעם אינטערנעט. א נייע וועלט פון תאוות און פאנטאזיע האט זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגן. פאר עדיקטס אזוי ווי מיר, פעלט אינגאנצן נישט אויס צו דערציילן וויאזוי עס האבן אויסגעקוקט יענע יארן, ווען איך ווער אנטוויקלט, און איך הייב אן קלערן איבער חתונה האבן, ווען איך ראנגל זיך מיט זיך אליינס, נאכאמאל און נאכאמאל, און יעדעס מאל – אבער יעדעס מאל – פאל איך אדורך אין דעם קאמפף אקעגן מיר אליין. אזוי האט זיך אויסגעפארעמט מיין פערזענליכקייט, בשעת ווען עס ווערט געפיטערט פון די צוויי אזעלכע קעגענגעזעצטע קוואלן: דער אומענדליכער רצון אויפצוהערן פון איין זייט, און די תאווה און גלוסטונג פון די אנדערע זייט.

די פרואוון אויפצוהערן האבן זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט. יעדעס מאל איז געווען “די לעצטע מאל”, און יעדעס מאל האב איך פרובירט מלחמה צו האלטן מיט מיר אליינס ברענגענדיג כסדר צו הילף נייע כלים פון דעם ארסענאל פון כלים וואס איך האב געקענט: מער לערנען, מער דאווענען, מער תשובה, מער צדקה סיגופים און תעניתים און נאך און נאך. אבער צו מיין גרויסן צער האט גארנישט געהאלפן. עס איז נישט אז איך האב נישט פרובירט, עס איז נישט אז איך האב נישט געוואלט, נאר איך האב נישט געקענט. עס איז געווען פיל שטערקער פון מיר, און ווען די תאווה איז מיך באפאלן, איז עס געווען ווי א ריזיגער כוואליע וועלכע האט מיך אוועק געוואשן און האט מיר נישט איבערגעלאזט קיים שום אויסזיכט.

און דאן האב איך איינגעזעהן נאך א זאך. איך האב אנטדעקט אז איך דארף כסדר העכערן און פארשטערקערן דעם דאזע פון מיין תאווה. איך האב זיך פשוט “צוגעוואוינט” צו דעם דאזע פון דעם דאזיגן סם, און כדי אז עס זאל זיין אפעקטיוו און עס זאל ארבעטן, האב איך אלץ געדארפט פארשטערקערן דעם דאזע, נאך און נאך און נאך.

און דעמאלס, ערגעץ אין יענע צייט ווען דער אינטערנעט איז שוין געווארן פיל שנעלער און די ווידעאוס האבן אינגאנצן איינגענומען מיין הארץ און מוח, האב איך פלוצלינג “געוואוסט” וואס דער לייזונג צו מיין מצב איז: חתונה האבן. אויב נאר וועל איך האב אן אמת’ע פרוי, וועל איך נישט דארפן מער די גאנצע שמוץ פון דעם קאמפיוטער.

עס האט אויסגעזעהן ווי דער אויבערשטער האט אויסגעהערט מיינע תפילות, און ער האט מיר אונטערגעשיקט אן אויסגעצייכנטע שידוך. א וואוילע, גוטע, שיינע מיידל, פון א גוטע שטוב, א קלוגע און א פיינע, בקיצור: ממש דאס וואס איך האב געדארפט האבן כדי צו קענען פארזיגלען דעם קאפיטל פון מיין לעבן און אים איבערלאזן אונטער מיר פאר אייביג. אוי, ווי שטארק איך האב זיך טועה געווען. ווער וואלט זיך געקענט אפילו פארשטעלן אז איך בין נאך ניטאמאל אנגעקומען צו האלב פון דעם וועג?

איך האב חתונה געהאט און די ערשטע פאר חדשים בין איך געווען אין זיבעטן הימל. די אדיקשאן האט מסכים געווען צו שטיין אביסל אין די זייט און צואווארטן, אבער נישט אויף נעלם צו ווערן, פונקט פארקערט, אויף צוריק צו קומען מיט נייע, פרישע פאדערונגען. איך האב נישט געקענט פארשטיין וויאזוי דאס פאסירט צו מיר. איך האב פשוט נישט געקענט משיג זיין וויאזוי עס איז אפילו מעגליך פאר מיר צו טראכטן איבער אנדערע פרויען בשעת ווען איך האב אזוי ליב מיין פרוי, מיט מיין גאנצע הארץ. איך האב אנגעהויבן טראכטן אז מן הסתם בין איך משוגע געווארן, אבער זייט מיין חתונה איז אפילו שמירת עיניים אויף די גאס געווארן פיל שווערער ווי ביז אהין.

נישט לאנג נאך אונזער חתונה האט מיין פרוי געטראפן שוידערליכע זאכן אויף מיין קאמפיוטער. אין אירע שווארצסטע חלומות האט זי זיך נישט געקענט פארשטעלן אז איר מאן זאל זיך אנקוקן מיט פארנאגראפיע ווען זי איז נישט אין שטוב. עס האט זיך איר פשוט נישט געלייגט אויפן שכל. און דער אמת איז אז עס האט זיך מיר אויך נישט געלייגט אויפן שכל. וויפיל זי איז געווען אין שאק פון דעם – פונקט אזוי בין איך אויך געווען אין שאק. איך האב נישט געוואלט זיין דארט, איך האב נישט געוואלט זעהן יענע בילדער, אבער עס איז געווען עפעס א כח, עפעס א קראפט וואס איז געווען פיל פיל שטערקער פון מיר וועלכע האט מיך ממש געצוואונגען דאס צו טאן. וויפיל איך האב זיך נאר קעגנגעשטעלט, האט זיך דער קראפט נאכמער געשטארקט און האט מיך אריינגעשלעפט אהין.

מיר זענען אריבער דעמאלס גאר א שווערע תקופה, ווען מיין רב און די רביצין זענען געווען פארמישט אין דעם גאנצן פראצעדור. ווארימע, הארציגע שמועסן, פילע הסברים און נאך, אבער אויך דאס מאל האבן די חשוב’ע רבנים פארפאסט דעם פוינט און פארזעהן דעם ענין. איך האב נישט געוואלט בוגד זיין אין מיין פרוי. דאס לעבן מיט איר איז מיר געווען אזוי גוט. עס איז געווען אינגאנצן אן אנדערער מעשה: איך האב נישט געקענט אויפהערן!

עס האט אנגעהאלטן אזוי פאר א שטיק צייט, אבער נאכדעם האב איך פשוט אנגעהויבן זיין מער געווארנט, איך האב זיך בעסער אכטונג געגעבן אז מען זאל מיך נישט כאפן, ביז… מיין פרוי האט מיך נאכאמאל געכאפט. און דאן האט זיך ווידער אנגעהויבן די זעלבע געשיכטע: דער רב, די רביצין, טיעפע שמועסן, וגו’ וכו’. איך געדענק גאר שטארק איין אזא שמועס מיט די רביצין ווען זי האט פשוט נישט געקענט משיג זיין וויאזוי איך קען דאס נעמען אזוי גלייכגילטיג. זי האט געוואלט זעהן ווי איך בין אויפגעשוידערט און זי האט פשוט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי עס איז מעגליך אז דאס איז נישט דער מצב.

איך האב איר געזאגט אז עס וועט גארנישט העלפן, אבער זי איז געווען שאקירט פון מיין ענטפער, זי האט פעסט גע’טענה’ט אז אויב איך וועל פשוט דערציטערט ווערן ווי עס דארף צו זיין פון דעם פאקט אז איך האב אזוי פארראטן מיין פרוי, דעמאלס וועט נישט זיין מער קיין אויסזיכט אז איך זאל עס טון נאכאמאל. איך האב גערן מסכים געווען מיט איר, אבער אין הארצן האב איך געוואוסט אז עס איז נישט אזוי. איך האב געוואוסט קלאר אז עס איז נישט קיין חילוק וואס איך וועל טון און וויפיל איך וועל זיך אליינס אנשרייען אז איך בין א פאררעטער – פריער אדער שפעטער וועל איך ווידער זיין אינעם זעלבן גארבידש קען.

און דאן האט מיר אויפגעבליצט א געוואלדיגער רעיון: איך וועל שטיין אין שטענדיגן קשר מיט’ן רב און איך וועל אים אלעמאל דערציילן איבער יעדע עליה און יעדע ירידה. דאס וועט שוין זיכער העלפן. אין איינס פון אונזערע שמועסן האב איך אים געפרעגט, איז דא בכלל אן אויסזיכט אז איך זאל אויפהערן? און דער רב האט ניטאמאל פארשטאנען די פראגע: אוודאי איז מעגליך! דו ביסט דאך פארהייראט, באגענוגען דיך אלזא מיט דיין פרוי. אוי אוי אוי… הלוואי וואלט איך געקענט…

אבער, עס האט געארבעט, עס האט אנגעהאלטן פאר כמעט א יאר. אבער ביים סוף פונעם יאר, ווען איך בין שוין צופאלן, איז עס שוין נישט געווען קיין נפילה, יעצט האט מען שוין גערעדט פון א טאטאלער צוזאמענבראך. אן אוואלאנטש. איך האב געוואוסט אז איך שטעל איין מיין גאנצן לעבן אבער איך האב זיך נישט געקענט אפשטעלן. עס איז נישט אז עס האט מיך נישט אינטערעסירט, אוי האט מיך דאס אינטערעסירט, אוי האט מיך דאס געשטערט און געבאדערט.

יעדעס מאל וואס איך בין אנגעקומען אהיים האב איך געקוקט אויף מיין פרוי און די קינדער און איך האב געמיינט אז איך גיי אראפ פון זינען. וויאזוי קען איך דאס טון צו זיי? און נאך פיל שווערער איז געווען די פראגע: פארוואס אין די וועלט דארף איך דאס בכלל האבן ווען איך האב אזא הערליכע משפחה און אזא גליקליכן לעבן. פארוועלכע שווארצע יאר פעלט דאס מיר אויס?

אבער איך האב נישט געקענט אויפהערן. איך האב נישט געהאט דעם מעגליכקייט. און טאקע פונקט ווי איך האב זיך שוין געהאט געלערנט אינעם פארגאנגענהייט, איז מיין מחלה אזאנס וואס שטייגט, עס שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ, עס ווערט אלעמאל ערגער און ערגער.

דאס אידאס. איך בין אנגעקומען צום נידריגסטן. איך האב נישט געקענט מער לעבן אזוי. נאך יעדע נפילה האב איך געשפירט ווי די הימל פאלט אראפ אויף מיר, איך האב נישט געשפירט מער קיין שום טעם אין לעבן. איך האב זיך ארום געדרייט ווי א לונאטיקער בשעת מיין הארץ און מוח זענען געווען צושפליטערט. אין איין טייל האב איך נאך פרובירט אביסל ארויסצוגיין פון דעם שטורעם, אבער אין דעם צווייטן טייל האב איך געוואוסט גוט אז איך האב ניטאמאל קיין אויסזיכט אויף דעם. דאס איז מיין לעבן, און עס גייט זיך ענדיגן פריער אדער שפעטער ווען מיין פרוי וועט מיך ווידעראמאל כאפן. איך בין געווארן אפאטיש און גלייכגילטיג. איך האב געשפירט ווי דער סוף דערנענטערט זיך מיט א שנעלקייט, אבער איך בין סטאק, עס איז נישט דא גארנישט וואס איך קען טאן צו טוישן דעם מצב.

אבער דער אויבערשטער האט געהאט אנדערע פלענער פאר מיר. איך ווייס נישט אין וועלכן זכות ער האט באשלאסן מיך צו ראטעווען. איך האב נישט געטון קיין שום באזונדערע זאך צוליב וועלכען עס איז זיך מיר געקומען דער חסד, און מיט דעם אלעם איז עס געשעהן. סתם אזוי, אן קיין שום פריערדיגע הקדמות.

איין טאג בין איך אריין אין א וועבסייט און געטראפן דארט א שיעור איבער דעם נושא פון אינטערנעט. עפעס א אינגער רב האט גערעדט דארט, ער האט דערציילט איבער א אינגערמאן וואס איז אדיקטעד צו לאסט. דאס איז געווען כמעט א קאפי פון מיין לעבן: מעסטורבעישאן גאר יונג, אומאויפהערליכע פרואוון אויפצוהערן, געהייראט, און אזוי ווייטער. איך האב נאר צוגעהערט מיט א האלבן אויער ווייל עס איז נישט געווען אין דעם קיין שום חידושים. איך האב גוט געקענט די מעשה.

אבער פלוצלינג בין איך אויפגעשפרונגען, ווי איינער וואלט מיר געגעבן א געזונטן שטאך: דער געלונגענער רעדנער האט געהאט עפעס נייעס, עפעס א בשורה! ער טענה’ט אז עס איז פארהאן א וועג ארויסצוגיין פון דעם. עס איז דא כלים מיט וועלכע מען קען זיך ארויסזעהן פון דעם פארקנעכטשאפט.

דעם אנדערן טאג בין איך שוין געווען אין פארבינדונג מיט דעם רב, ער האט מיר געגעבן דעם נאמען פון גאר א גוטן פסיכאלאג אין דעם נושא, און ביז געציילטע טעג האב איך זיך געטראפן זיצן אין זיין אפיס פאר מיין ערשטען באגעגעניש. נאך א שעה פון שווערע פראגעס האב איך ענדליך באקומען דעם בשורה, די ערגסטע, אבער גלייכצייטיג די בעסטע, בשורה פון מיין לעבן: “דו ביסט אן עדיקט!”. איך האב זיך געפרייט אז ענדליך האט מיין פראבלעם עפעס א נאמען. ענדליך האב איך פארשטאנען פארוואס איך קען נישט אויפהערן כאטש איך וויל אזוי שטארק.

דער פסיכאלאג האט מיך צוגעשטופט אז איך זאל גיין צו א צוועלעף סטעפ פראגראם, און איך, וואס איך בין דעמאלס געווען ביים גרונד פון דעם טיעפן גרוב, בין איך געווען גרייט צו טון סיי וואס אויף ארויסצוגיין פון דעם בלאטע. איך האב שוין נישט געפרעגט וואס די גרופע איז, וואס דער פראגראם איז און וואס די סטעפס זענען; איך האב געהאט איין פראגע: “וויאזוי שליס איך זיך אן?”

און דאס איז עס, פון דעמאלס בין איך דא. איך האב זיך אויסגעלערנט אז דער רבונו של עולם האט מיך ליב און אז ער געפונט זיך מיט מיר יעדע רגע אין לעבן. איך האב געלערנט אז דער איינציגסטער וואס קען מיר העלפן איז דער טאטע אין הימל, און איך האב אים איבערגעגעבן מיין לעבן. היינטיגע צייטן ארבעט איך נאר פאר היינט. יעדן טאג “נאר פאר היינט”. היינט וויל איך בלייבן ריין, און היינט וועל איך טון וואס איך מוז אויף צו בלייבן ריין.

און, איך פרוביר איבערצוגעבן פאר אנדערע דאס וואס איך ווייס איבער אדיקשאן.