אונזער וויזיע פאר דיר

מיר, וואס מיר האבן געליטן דעם ביטערן ווייטאג פון די נפילות, ווייסן זייער גוט צו שעצן דעם נס צו וועלכען מיר האבן זוכה געווען אין ריקאווערי. נישט נאר מיר אליינס געניסן פון דעם, נאר אויך אונזערע פרויען, קינדער, חברים און די וואס ארבעטן מיט אונז. גאר אפט זעען מיר אז מענטשן וועלכע האבן נישט קיין השגה איבער אונזער פראבלעם און איבער דעם לייזונג וואס מיר האבן געטראפן, זאגן אונז אז זיי זעען אז מיר האבן זיך גאר שטארק פארענדערט צום גוטן. עס קען זיין אונזער בעה”ב ביי די ארבעט אדער איינער וואס ארבעט מיט אונז צוזאמען, א ברודער, חברותא אדער סיי וועלכער אנדערערע מענטש וועלכער קערט זיך אן מיט אונז.

עס איז קיין ספק נישט אז אונזערע ערגסטע צייטן אין ריקאווערי, קומען נישט צו צו אונזערע בעסטע צייטן איידער מיר זענען אנגעקומען אהער. מיר האבן באקומען דעם לעבן אלס מתנה, מיר האבן באקומען נאך א שאנס.

עס איז קיין ספק נישט אז אונזערע ערגסטע צייטן אין ריקאווערי, קומען נישט צו צו אונזערע בעסטע צייטן איידער מיר זענען אנגעקומען אהער. מיר האבן באקומען דעם לעבן אלס מתנה, מיר האבן באקומען נאך א שאנס.

דאס מיינט נישט אז מיר טוען זיך נישט פארמעסטן מיט שוועריגקייטן אדער מיט ווייטאגן אין לעבן, אבער מיר האבן זיך געלערנט וויאזוי זיך צו פארמעסטן אויף דעם ריכטיגן וועג, און פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אויסגעלערנט זיך צו פארלאזן אויפן אויבערשטן, אזוי אז היינטיגע צייטן קענען מיר אריבער גיין סיי וועלכע שוועריגקייט, ווי שווער עס זאל נאר זיין, אן דעם וואס מיר זאלן פארלירן אונזער גלייכגעוויכט, אדער אונזער ריינקייט.

מיר זענען ממשיך צו גיין צו מיטינגען און גרופעס ווייל עס איז גוט פאר אונז זיך אנצוגעהערן צו אזא פלאץ וואו עס הערשט טאטאלע אויפריכטיגקייט, און בדרך כלל איז דאס דער איינציגסטער פלאץ וואו מען נעמט אונז אזוי ווי מיר זענען, און עס איז זיכער די איינציגסטע פלאץ וואו מיר קענען מיטטיילן פאר אנדערע פונקטליך וואס מיר גייען אריבער, און באקומען א פולע פארציע פון פארשטאנד און אינטערשטיצע. מיר זענען ממשיך צו ארבעטן די סטעפס ווייל זיי געבן אונז פרייהייט יעדעס מאל וואס מיר ארבעטן זיי, און זיי האלטן אונז, נישט נאר ריין, נאר אויך נאנט צו ג-ט.

איינס פון די זאכן וועלכע געבן אונז דאס מערסטע סיפוק איז דאס ארבעטן מיט נייע חברים. עס איז נישט פארהאן קיין גרעסערע הנאה פון צו זעהן א נייעם חבר, וואס ער קומט אן צו אונז צובראכן און צושמעטערט, זיין פאמיליע האלט אט אט ביים צופאלן און ער אליינס איז צוריסן און צופליקט פון אינעווייניג; און נאך וואס מיר שטרעקן אויס די האנט צו אים גייט ער ארויף אויף דעם וועג פון ריקאווערי, ער קלויבט צוזאם די צובראכענע שטיקלעך און הייבן אן פונדאסניי. גאר אפט באקומען מיר די הרגשה אז די אלע שוועריגקייטן וואס מיר זענען אריבער איז נישט געווען אומזיסט, וויבאלד היינט קענען מיר זיך באנוצן מיט זיי אויף צו העלפן אנדערע. מיר אנטלויפן מער נישט פון אונזער פארגאנגענהייט, אנשטאט דעם דינט דאס אלס דער שטערקסטער שטופ פאר אונז צו טון די ארבעט און בלייבן ‘קאנעקטעד’, אז מיר זאלן ווייטער נעמען די ריכטיגע טריט, און אז מיר זאל זיך נישט לאזן איינרעדן צו פארגעסן פון וואו מיר קומען און וואואהין מיר ווילן נישט צוריק גיין.

אויך דו, נייער חבר, וועלכער ענדיגט יעצט צום ערשטן מאל צו לייענען די זאכן, יא, דו קענסט אויך באקומען די אלע זאכן וואס מיר האבן באקומען, אויב דו וועסט טון די ארבעט דערצו. דער פערזענליכער נס וואס יעדער וואס אונז האט זוכה געווען צו דעם האלט אין איין פאסירן ווייטער יעדן איינציגן טאג, ווען דער מעסידזש פון ריקאווערי קומט אן צו נייע חברים. דער וואוקס פון אונזער געזעלשאפט איז די בעסטע באווייז אז די דאזיגע נסים שפילן זיך אויס אויף א ברייטן פארנעם.

דער אויבערשטער האט אונז נישט פארגעסן, און אין דעם וועלט אין וועלכען מיר לעבן, וועלכע האלט אין איין ווערן שווערער און שווערער פאר אזעלכע מענטשן ווי אונז, זארגט זיך דער אויבערשטער צו שיינען אויף אונז א שטראל פון ליכטיגקייט, און אויסצושטרעקן צו אונז א האנט ארויצוגיין פון דעם בלאטע.

מיר האפן אז דו האסט געטראפן אויף דעם סייט די ענטפערס צו אלע דיינע שאלות און אצינד פארשטייסטו וואס פאדערט זיך פון דיר אויף זיך צו ריקאווערן. און מיר זענען זיכער אז יעצט ביסטו אליינס שוין אינטערעסירט אין דעם און דו ביסט גרייט צו טון וואס מען דארף, וויבאלד דו ווייסט אז עס איז דא אויסזיכטן און אז מען קען עס באווייזן. אויב אזוי, איז יעצט די צייט פאר דיר זיך אנצושליסן אין א גרופע, צו נעמען א ספאנסער און זיך נעמען טון די ארבעט פון די סטעפס.

אלע פרטים איבער די סטעפס געפונען זיך אויף אונזער סייט, אריינגערעכנט די מעגליכקייטן זיך אנצושליסן אין טעלעפאנישע גרופעס פאר אזעלכע וואס הייבן אן צום ערשטן מאל, אדער לעבעדיגע גרופעס וועלכע קומען פאר רעגלמעסיג אין פארשידענע שטעט איבער די וועלט. אויב האסטו נאך סיי וועלכע פראגעס, זענט איר מכובד זיך צו פארבונדן מיט אונז אויף אימעיל yiddish@p-a.online