זענט איר פארלוירן און צומישט?

אויב ביסטו אזוי ווי רוב מענטשן וועלכע זענען צום ערשטן מאל אנגעקומען אהער, זענען מיר זיכער אז דו ביסט זייער צומישט און דו האסט אסאך פראגעס: בין איך אן עדיקט? איז דער פראגראם צוגעפאסט פאר מיר? וואס דארף יעצט זיין מיין נעקסטער טריט? און מיר זענען גאנץ זיכער אז איר זענט באזארגט: צו האב איך בכלל אן אויסזיכט? דארף איך נישט מורא האבן דא אז מען וועט געוואר ווערן?

מיר קענען אייך בארואיגן אז איר זענט נישט קיין אויסנאם, מיר אלע זענען אנגעקומען דא אהער מיט די זעלבע פראגעס און חששות ווי דו. מיר האפן אז דער וועבסייט וועט אייך פארענטפערן אלע אייערע פראגעס, אבער מיר קענען אייך פארשלאגן אפילו בעסערס פון דעם: צו ענטפערן פערזענליך אלע אייערע פראגעס. פונקטליך דאס איז די סיבה פארוואס מיר זענען בכלל דא, כדי דיר צו העלפן אנצוקומען צו דעם ריכטיגן באשלוס, און צו שטעלן די ריכטיגע טריט כדי אויפצוהערן מיט די נפילות.

איר קענט זיך דורכרעדן מיט אונז אויפן טעלעפאן אדער אין אימעיל. וועלכע וועג עס איז אייך גרינגער.

אימעיל: עס וועט זיין א כבוד פאר אונז אייך צו ענטפערן אויף יעדע שאלה, שרייבט צו דעם אימעיל אדרעס: pa@pornanonymous.org

טעלעפאן: אויב ווילט איר בעסער רעדן פערזענליך מיט א מענטש, דאן שיקט אונז אייער טעלעפאן נומער און ווען עס איז א גוטע צייט אייך צו רופן און מיר וועלן זיך פארבונדן מיט אייך ביי די פריעסטע געלעגענהייט.