עס וועט דיר העלפן צו העלפן אנדערע

עס איז באקאנט אז: יותר ממה שהבעל הבית עושה עם העני, העני עושה עם הבעל הבית”, מער ווי דער בעה”ב טוט מיט דעם ארעמאן, טוט דער ארעמאן מיט דעם בעה”ב. אט דעם דאזיגן פאקט האבן מיר זיך אויסגעלערנט אויף די אייגענע הויט, און מיר האבן איינגעזעהן אז ווען אלע אנדערע עצות פאלן דורך, וועט אונז העלפן צו ארבעטן מיט אנדערע און דאס וועט אונז מחזק זיין און העלפן בלייבן ריין.

דאס איז די צוועלפטע סטעפ פון דעם פראגראם: אריבערצופירן דעם מעסעדזש ווייטער פאר דעם מענטש וועלכער ליידט נאך. מיט דעם העלפן מיר אים, אבער נאך וויכטיגער, מיט דעם העלפן מיר זיך אליינס. די חברים וועלכע לייגן אריין צייט און ענערגיע אריבערצופירן דעם מעסעדזש צו אנדערע און זיי צו העלפן, זיי זענען די וועלכע בלייבן אליינס ריין. אזוי ארום האבן מיר זיך געלערנט איינס פון די וויכטיגסטע מציאות’ן פון דעם פראגראם: מיר קענען נאר אנהאלטן פאר זיך אליינס, דאס וואס מיר געבן אוועק פאר אנדערע.

אבער וואס האב איך צו געבן? איך בין דאך נאך נישט אדורך די צוועלעף סטעפס און איך בין נאך ניי. איך אליינס דארף נאך אזויפיל הילף, אויב אזוי וויאזוי קום איך צו העלפן אנדערע? און בכלל וואספארא סארט טרענירונג האב איך דען געהאט אויף צו קענען העלפן אנדערע?

עס זענען פארהאן פילע וועגן און מעגליכקייטן צו העלפן אנדערע. סיי אין די גרופע און סיי ווען מיר געפונען אויס איבער א פאל פון א מענטש וועלכער מוטשעט זיך מיט דעם פראבלעם און ער ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טון און האט נישט קיין השגה ווי צו בעטן פאר הילף. אבער דאס מערסטע, און בעיקר, דורכ’ן באגלייטן א נייעם חבר אין דעם פראגראם, וואס מיר רופן אין דעם פראגראם, צו זיין א ‘ספאנסער’. עס זענען פארהאן פילע סיבות פארוואס מען זאל זיין א ספאנסער, אבער די הויפט סיבות זענען די דריי: 1. ווייל מיט דעם טוען מיר פאקטיש העלפן זיך אליינס. 2. ווייל ווען מיר העלפן א נייעם חבר, געבן מיר צוריק אביסל פון דאס וואס מיר האבן באקומען ווען מיר זענען געווען ניי. 3. ווייל עס שפירט גוט, עס ברענגט אונז הנאה און פארגעניגען.

אבער וואס האב איך צו געבן? איך בין דאך נאך נישט אדורך די צוועלעף סטעפס און איך בין נאך ניי. איך אליינס דארף נאך אזויפיל הילף, אויב אזוי וויאזוי קום איך צו העלפן אנדערע? און בכלל וואספארא סארט טרענירונג האב איך דען געהאט אויף צו קענען העלפן אנדערע?

דער תירוץ איז אז מיר רעדן צו יענעם פון זיך. מיר געבן אים איבער אונזער ערפארונג. דאס האט מיר יא געהאלפן און דאס נישט. דאס אלעס. מיר גייען זיך נישט לערנען צו ווערן פראפעסיאנאלן. עס איז נישט דא אין ערגעץ אזא סארט פאדערונג, עס פעלט נישט אויס און עס איז בכלל נישט זיכער אז עס וועט ארבעטן אויב מיר וועלן עס יא טון.

אנשטאט דעם טוען מיר פשוט רעדן צו דעם נייעם חבר און מיר דערציילן אים וואס האט אונז געהאלפן, מיר געבן אים אונזער ערפארונג. דאס אליינס קען זיין א געוואלדיגער הילף און חיזוק פאר אים. אויף צו זיין א ספאנסער פעלט זיך טאקע אויס דורכצוגיין די צוועלעף סטעפס, אבער אויף צו העלפן יענעם פעלט זיך נאר אויס צו זיין ריין און צו ‘ארבעטן’ די סטעפס, אפילו מען האלט נאך אינמיטן. ווען דו האלטסט ביי דעם פערטן סטעפ און א צווייטער האלט נאך ביים ערשטן קענסטו אים העלפן מיט דיין ערפארונג וואס דו האסט געהאט ביז אהין, כאטש אפילו דו ביסט נישט זיין ספאנסער.

(דאס איז אויסער נאך פילע אופנים ווי יעדער מענטש קען העלפן פאר אנדערע, און מיט דעם זיין א נותן, איינער וואס גיבט. עס זענען דא פילע חסד ארגאניזאציעס וועלכע קענען נוצן וואלונטירן, און דאס קען פיל מאל זיין א גוטער געצייג אין די ערשטע צייטן אין פראגראם.)

אזוי ארום קומט אויס אז יעדער מעמבער אינעם פראגראם, סיי ער העלפט אנדערע, און סיי ער באקומט הילף פון אנדערע. קיינער איז נישט אינגאנצן בשלימות, קיין שום מענטש איז נישט פערפעקט. עס איז נישט דא דער מענטש וואס קען נישט נוצן הילף פון א צווייטן. פונקט אזוי, איז נישט פארהאן דער מענטש וואס האט נישט עפעס צו געבן פאר יענעם, יעדער האט ‘עפעס’ צו געבן, אפילו ווען עס קוקט אים אויס אז נישט. מיר ווערן טאקע נישט קיין פראפעסיאנאלע קאונסלערס, אבער מיר קענען זאגן וואס האט געארבעט פאר אונז, דאס איז אונזער הילף; אונזער צייט, ענערגיע און אונזער ערפארונג. און אויב איז דא איינער וועמען דאס קען העלפן, וועלן מיר טון אלעס כדי אים צו העלפן אין דעם פראצעדור.

מיר וועלן זיך באציען צו אים אזוי ווי מיר ווילן אז אנדערע זאלן זיך באציען צו אונז, און אזוי ווי די וואס העלפן אונז באציען זיך טאקע צו אונז.

ווען א נייער חבר קומט אן אינעם פראגראם, טוען מיר אים נישט באפאלן מיט דערציילונגען און געדאנקען וואס מיר האבן געהערט און זיך אויסגעלערנט אינעם פראגראם, נאר מיר פרובירן זיך צו אידענטיפיצירן מיט אים און מיט זיין פראבלעם, מיר ווייזן אים אז מיר נעמען אים אן ‘אזוי ווי ער איז’. דאס איז די גרעסטע חיזוק וואס ער דארף יעצט. לאמיר געדענקען וויאזוי מיר האבן אויסגעקוקט ווען מיר זענען אנגעקומען אהער דאס ערשטע מאל, דערשראקן, אומזיכער מיט זיך אליינס, קלערנדיג צו מיר זענען אנגעקומען צום ריכטיגן ארט. עס איז גוט אין אזא צייט אים צו אפערן אונזער טעלעפאן נומער און אים איינליידענען צו שטיין בקשר מיט אונז.

עס איז זייער וויכטיג פאר דעם נייעם מעמבער צו באקומען א ספאנסער וואס שנעלער, לפחות א צייטווייליגער ספאנסער. און דערפאר איז כדאי, אויב מיר זענען שוין גרייט דערפאר, אים פארצושלאגן אז מיר זענען גרייט דאס צו טאן פאר אים, אויב ער וויל.

דער וועג צוצוגיין צו דעם איז פשוט צו שמועסן מיט אים, אים דערציילן אביסל איבער זיך, אים לאזן דערציילן זיין אייגענעם דערציילונג, וואס גאר אפט וועט ער דאס וועלן טון, און נאכ’ן אים אויסהערן, וועלן מיר אים דערציילן ווי מיר זענען אריבער ענליכע זאכן, און ווי מיר האבן געשפירט פונקט דאס זעלבע וואס ער שפירט יעצט, מאכטלאז, פארלוירן, און מעגליך אויך האפענוגסלאז. נאך אזא שמועס, ווען ער שפירט זיך שוין אביסל מער באקוועם מיט אונז, איז א גוטער צייט צו רעדן מיט אים אביסל איבער דעם פראגראם, וויאזוי עס ארבעט, וואס האט געארבעט פאר אונז, די גרופעס, און בעיקר, דאס ארבעטן די סטעפס. דאן קענען מיר אים פארצושלאגן צו זיין זיין ספאנסער. אויב נעמט ער עס אן, דארפן מיר אים פשוט אנווייזן וויאזוי צו ארבעטן די סטעפס, זיך צו רוקן פון איין סטעפ צום אנדערן, און אים מחזק זיין און זיך אידענטיפיצירן מיט אים.

אבער איין זאך איז וויכטיג צו געדענקען. מיר נעמען קיינמאל נישט קיין אחריות אויף דעם ריקאווערי פון א צווייטן. אונזער ערפארונג האט אויפגעוויזן אז עס איז פשוט נישט מעגליך, און עס קען אונז שאדן און אויך פאר דעם וועמען מיר ווילן העלפן. דערפאר איז וויכטיג אז דער חבר וואס דארף די הילף זאל עס אליינס בעטן, ער זאל זיין דער וואס שטרעקט אויס די האנט און בעט די הילף. עס איז איינס פון די וויכטיגסטע זאכן אין דעם פראצעדור צו נעמען אחריות אויף אונזער ריקאווערי, און אונזערע גוטע כוונות און רצונות יענעם צו העלפן קען צומאל זיין א שטער צו דעם.

מיר מעגן, און עס איז אפילו ראטזאם, פארצושלאגן הילף פאר דעם מעמבער וואס דארף צוקומען צו הילף, אבער עס איז זייער וויכטיג אז מיר זאלן אים קלאר מאכן אז פון דא און ווייטער איז עס געוואנדן אין אים, און נאר אין אים.