בין איך א עדיקט?

ווי אזוי קענסטו וויסן אויב דו ביסט אדיקטעד אדער דו דארפסט פשוט אביסל הילף אין דיין פארמעסט? עס איז נישט דא קיין איינדייטיגע, קלארע טעסט אדער פראגע לויט וועלכען מען קען מאכן א קלארע אינטערשייד צווישן שווארץ אין ווייס אין דעם גאר וויכטיגן נושא, אבער עס זענען יא דא עטליכע שאלות וועלכע קענען דיך העלפן אליינס אנצונעמען דעם ריכטיגן באשלוס. דעריבער שטעלן מיר אייך דא פאר עטליכע צענטראלע פראגעס וועלכע קענען דיך ארויסהעלפן:

צו שפירסטו אז דער משיכה צו סעקס איז געווארן פארוואנדלט ביי דיר צו אן אבסעסיע, עפעס פיל מער ווי א געווענליכע משיכה וואס דו האסט צו אנדערע גשמיות’דיגע, מענטשליכע געברויכן? צו שפירסטו אז יעדעס מאל ווען עס קומט אן דער אמת’ער טעסט “פארלירסטו אינגאנצן דעם קאפ”, און דיין פעהיגקייט ריכטיג אפצושאצן א מצב ווערט פשוט פארשוואונדן?

צו שפירסטו אז דער דאזיגער משיכה איז שטערקער פון דיר און אז דו ווערסט אריינגעצויגן און דו פאלסט קעגן דיין אייגענעם רצון? צו טרעפסטו זיך אין א מצב אז כאטש אפילו דו ווילסט זייער שטארק אויפהערן געלונגט עס דיר נישט, און אז יעדעס מאל וואס די לאסט-כוואליע קומט אן פאלסטו? צו האסטו שוין אינוועסטירט אסאך מיה און ענערגיע כדי אויפצוהערן אבער עס גייט דיר נאך אלץ נישט? צו טוען די נפילות ווערן אפטער? צו ווערן די סארט נפילות הארבער? צו טוסטו זיך צוזאגן יעדעס מאל נאכ’ן פאלן אז דאס איז געווען דאס לעצטע מאל (און דו מיינסט עס אמת’דיג), אבער נאך אלעם קענסטו נישט איינהאלטן דעם הבטחה? צו שפירסטו זיך מיואש און האפענונגסלאז איבער דיינע אויסזיכטן צו קענען אויפהערן?

אין צוגאב צו דעם, פרעג זיך נאך אפאר שאלות: צו שפירסטו אז דער משיכה צו סעקס איז געווארן פארוואנדלט ביי דיר צו אן אבסעסיע, עפעס פיל מער ווי א געווענליכע משיכה וואס דו האסט צו אנדערע גשמיות’דיגע, מענטשליכע געברויכן? צו שפירסטו אז יעדעס מאל ווען עס קומט אן דער אמת’ער טעסט “פארלירסטו אינגאנצן דעם קאפ”, און דיין פעהיגקייט ריכטיג אפצושאצן א מצב ווערט פשוט פארשוואונדן? געפינסטו זיך אין א מצב אז דער צווישנשייד צווישן וויאזוי דו שפירסט פארדעם, ביז וויאזוי דו שפירסט זיך נאכדעם, איז ארויס פון יעדן פראפארץ, ווען פארדעם שפירסטו א פארצוויילפטן געברויך דערפאר, און עס שפירט זיך ווי עס איז פשוט נישט מעגליך אנצוגיין אן דעם, און ווי דאס גייט דיר ברענגען דעם העכסטן גליק מעגליך, און ווידער נאכדעם שפירסטו זיך ליידיג, לער, טרויעריג, צובראכן און צוקלאפט?

עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט נישט מאכן קיין איבערגעאיילטע החלטות. דערפאר, אויב ביסטו נישט זיכער אז דו ביסט נישט קיין עדיקט, אדער אויב עס איז נישט קלאר פאר דיר אן קיין שום ספק אז דו ביסט יא אן עדיקט, איז באמת ווערט אז דו זאלסט זיך אראפנעמען די צייט זיך אליינס בודק צו זיין, צייט זיך צו פרעגן די אויבנדערמאנטע שווערע שאלות מיט אמת’דיגקייט און אויפריכטיגקייט, און אזוי וועסטו קענען צוקומען צו א קלארערע מסקנא.

עס מאכט זיך אבער גאר אפט אז זיך אליינס בודק זיין איז נישט גענוג און דאס אליינס וועט אונז נישט ברענגען נענטער צו א מסקנא, און דעמאלס איז כדאי זיך אדורכצורעדן מיט נאך א מענטש, און דאס בעסטע אין דעם פאל איז צו רעדן מיט איינעם וואס וואס האט ערפארונג דירעקט אין דעם נושא. איר קענט זיך ווענדן צו אונז אין “פארנאגראפיע עדיקטס ענאנימוס” דורך דעם האטליין 732-659-0627, אדער אין אימעיל אויף yiddish@p-a.online און מיר וועלן זיך פרייען דיך ארויסצוהעלפן.

דו קענסט זיך אויך ווענדן צו א פראפעסיאנאל (פארשטייט זיך אז דער פראפעסיאנאל דארף זיין איינער וואס טוט דירעקט אין סעקס אדיקשאן) אדער זיך דורכרעדן מיט א חבר פון דעם פראגראם וואס איז שוין אדורך דעם גאנצן פראגראם און האט שוין אסאך עקספיריענס, וואס אזא איינער קען אויך צומאל גאר שטארק ארויסהעלפן פון זיין אייגענעם ערפארונג. צומאל לוינט זיך פשוט צו נעמען א ביסל צייט. גאר אפט קען אונז די צייט אויסלערנען עפעס וואס מיר קענען זיך נישט אויסלערנען אליינס. דאס טוט מען דורך דעם וואס מען פרובירט אלע אנדערע מעגליכקייטן אויפצוהערן, אדער לכל הפחות זיך פארצוריקן אין אונזער פארמעסט מיט גרויסע טריט. אזא סארט תקופה קען דיך ברענגען איינצוזעהן אז מיט די ריכטיגע כלים קענסטו אויפהערן אליינס, אדער קען אזא תקופה דיך ברענגען צו דעם פארקערטן פארשטאנד. אז די נפילות און די ווייטאג וועט דיך פירן צו א מסקנא אז דו קענסט זיך נישט מער ארויסדרייען און דו מוזט מודה זיין אז דו ביסט מאכטלאז אקעגן דעם אדיקשאן.