צו פראפעסיאנאלן און רבנים

דער פראבלעם פון אדיקשאן זיך איינצוקוקן אין פארנאגראפיע אדער אנדערע סארט אומאויסגעהאלטענע זאכן, מעסטורבעישאן (הוז”ל), און אנדערע מעשים וועלכע זענען פארבונדן מיט דעם, איז זיך שרעקליך צואוואקסן. אין די לעצטע צענדליג יארן איז דאס פארשפרייט געווארן אויף גאר א ברייטן פארנעם. די גרינגע און ביליגע צוטריט וואס יעדער מענטש קען האבן צום אינטערנעט, אויף אן אופן וואס קיינער דארף נישט וויסן דערפון, האט ליידער צוגעברענגט צו דעם אז טויזענטער מענטשן זענען נעבעך פארכאפט געווארן אינעם נעץ. מען רעדט שוין לאנג נישט פון א פראבלעם ביי איינצעלנע מענטשן, מען רעדט דא פון א אמת’ע מגיפה וועלכע צושפרייט זיך גאר שנעל.

די אדיקשאן טוט נישט אינטערשיידן צווישן פרומע און פרייע, צווישן חסידים, ליטוואקעס און מאדערנע, צווישן ארבייטער און בני תורה, די מגיפה האט אנגעטראפן יעדן איינעם, פון די שענסטע און די בעסטע.

די אדיקשאן טוט נישט אינטערשיידן צווישן פרומע און פרייע, צווישן חסידים, ליטוואקעס און מאדערנע, צווישן ארבייטער און בני תורה, די מגיפה האט אנגעטראפן יעדן איינעם, פון די שענסטע און די בעסטע.

אויב אמאל האט א מענטש זיך געדארפט ארויסכאפן באהאלטענערהייט אנצוקומען צו די ספעציעלע ערטער וואו מען האט געקענט קוקן די סארט בילדער אדער ווידיאוס, און עס איז אלעמאל געווען דער מעגליכקייט אז ער וועט געכאפט ווערן, האט זיך דאס היינט אינגאנצן געטוישט. היינט קען ער אנקומען צו די אלע פלעצער, און צו פיל ערגערס פון דעם, גראד פון זיין היים קאמפיוטער, אדער גאר פון זיין טעלעפאן וועלכע ליגט ביי אים אין טאש. און גלייך דערנאך קערט ער זיך צוריק צו זיין געהעריגן, געווענליכן לעבן, כאילו עס האט גארנישט פאסירט. און נאר ער און דער רבונו של עולם ווייסן וואס עס האט פאסירט און די שרעקליכע ווייטאג וואס ער גייט אריבער צוליב דעם.

אין די לעצטערע יארן זענען טאקע ארויפגעקומען פארשידענע ארגאניזאציעס וועלכע פרובירן, יעדער אויף זיין וועג, זיך צו פארמעסטן מיט דעם ערשיינונג; ווען דער עיקר ארבעט איז געצילט צוריק צוהאלטן דאס אנשטויסן זיך אין אומאויסגעהאלטענע זאכן, דורך צושטעלן טעכנאלאגישע לייזונגען וועלכע טוען ערמעגליכן זיך צו באנוצן מיט דעם אינטערנעט, אבער פארט צוריק האלטן די סכנות וועלכע ליגן אין דעם.

מיר האבן גענומען אויף זיך דעם שווערסטן אויפגאבע: צו העלפן פאר דעם וואס איז שוין געפאלן און זוכט יעצט דעם וועג ארויס.

מיר ווייסן אז עס זענען פארהאן היינט זייער אסאך וועלכע זענען שוין געפאלן אזוי טיעף אין דעם נעץ אז זיי זענען אנגעקומען צו א מצב פון אדיקשאן און זיי קענען נישט אויפהערן מיט זייערע אייגענע כוחות אן די הילף פון אנדערע. פאר איינעם וואס לעבט נישט מיט דעם פראבלעם קען דאס אפשר אויסקוקן ווי מען פרובירט צו אנטלויפן פון דעם אחריות און פון דעם שולד, מיר קענען גאר גוט דעם אויסדרוק: “ווען ער וואלט נאר געוואלט וואלט ער אויפגעהערט”.

פילע פון אונז האבן זיך געוואנדן צו טעראפיסטן און אנדערע פראפעסיאנאלן, אדער צו רבנים און משפיעים און זיך געבעטן פאר הילף, און די אלע האבן טאקע פרובירט מיט זייערע בעסטע כוחות, אבער זיי האבן דאך נישט געקענט משיג זיין וויאזוי מיר זעען נישט אליינס ווי שטארק אונזער אויפפירונג לייגט אונז צוגרונד, און אויב מיר זעען יא דעם ביטערן חורבן וואס דאס ברענגט אן אויף אונז, דעמאלס פארוואס הערן מיר דאס נישט אויף. די מענטשן צו וועמען מיר האבן זיך געוואנדן האבן פרובירט אויף אלע וועגן צו באלייכטן אונזערע אויגן, האפענדיג אז אויב וועלן מיר נאר זעהן קלארער און פארשטיין בעסער וואס מיר טוען זיך אליינס אפ, וועלן מיר מצליח זיין אויפצוהערן. אבער אויך אלע זייערע אנשטרענגונגען און שווערע ארבעט האט נישט געהאלפן. און ע”פ רוב האט דאס נאר אזויפיל געטאן אז עס האט אונז נאכמער צובראכן.

די איינציגסטע וועלכע האבן אונז יא פארשטאנען זענען געווען די וועלכע געפונען זיך מיט אונז צוזאמען אין דעם זעלבן טאפ. ווען מיר האבן זיך באגעגענט מיט אנדערע מענטשן וועלכע פארמעסטן זיך מיט דעם אדיקשאן, האבן זיי געוואוסט פונקטליך וואס מיר רעדן, און ווען מיר האבן זיי דערציילט ווי מיר האבן באשלאסן יעדעס מאל אויפצוהערן אויף אייביג, און מיט דעם אלעם זענען מיר ווידער געפאלן, האבן זיי אונז געזאגט: “יא, מיר ווייסן וואס איר רעדט, מיר האבן מיטגעלעבט אט די זעלבע זאכן”. און טאקע דערפאר, ווען די חברים האבן אונז פארגעשלאגן הילף, האבן מיר עס געוואלט באקומען, ווייל מיר האבן געוואוסט אז די חברים וועלן אונז קיינמאל נישט זאגן סתם אזוי: “הער אויף”.

אן ארבייטסגעבער וואס כאפט זיין ארבייטער זיך גליטשן אין אזעלכע ערטער, אדער א רב וואס ווערט געוואויר אז איינער פון זיין קהילה איז אנגעקומען צו וואו ער איז אנגעקומען, איז נישט מער ווי נארמאל אז ער זאל ווערן זייער פארווייטאגט, און אפילו שטארק אויפגעברויזט. מיר פארשטייען דאס הונדערט פראצענטיג. אויב אבער ער איז אויך אינטערעסירט צו העלפן דעם מענטש, וואלטן מיר אים מציע געווען אז ער זאל צושיקן דעם מענטש וואס ליידט פון דעם צו אונז, ווייל מיר גלייבן אז אויב ער וויל באמת אויפהערן, דאן זענען מיר די וואס קענען אים העלפן דאס עררייכן.

אויב איז דער מענטש אדיקטעד, גלייבן מיר אז זיין בעסטע אויסזיכט זיך צו ערהוילן איז, זיך אנצושליסן אין א צוועלעף סטעפ גרופע, וועלכע איז א פראגראם וועלכע האט זיך איבערצייגט אין טויזענטער פעלער אז עס האט געהאלפן מענטשן זיך ראטעווען, און עס האט שוין באקומען די ברכה און הסכמה פון פילע גרויסע רבנים פון אלע קרייזן און אזוי אויך פון פילע פראפעסיאנאלן אין דעם תחום פון פסיכאלאגיע און בריאות הנפש.

עס קען זיין אז דער מענטש וועט זיך נישט וועלן אנשליסן אין אונז און ער וועט צוזאגן אז דאס איז געווען די לעצטע מאל און יעצט האט ער באמת געענדיגט מיט דעם, אויף אייביג. מיר האפן זייער אז ער וועט באמת מצליח זיין אין דעם, אבער אויב זאלן מיר גיין לויט אונזער ערפארונג, דאן זענען די אויסזיכטן אויף דעם גאר שוואכע, און דערפאר טאקע וואלטן מיר פארגעשלאגן אז מען זאל אים אנצייגן אויף אונזער וועבסייט. אויב וועט ער נישט מצליח זיין איינצוהאלטן זיין הבטחה, איז שטארק מעגליך אז נאך זיין קומענדיגע נפילה וועט ער זיך איבערקלערן אז אפשר דאך איז כדאי בודק צו זיין דעם לייזונג וואס מיר שטעלן פאר.

עס איז זייער א זעלטענע זאך אז א אויפגערעגטע פסק, אדער אפילו א ווארענונג אז ער וועט פארלירן זיין ארבעט, זאל פאקטיש ברענגען דעם עדיקט אויפצוהערן זיינע מעשים. עס קען זיין אז עס קוקט אויס מאדנע, ווי קען דאס אפילו זיין אז א מענטש זאל גרייט זיין איינצושטעלן זיין פרנסה און זיין שטוב דורכן טון אזעלכע מעשים וואס ער ווייסט אז עס וועט צוברענגען אז מען זאל אים אפזאגן?

אפשר וועט עס העלפן אז מיר וועלן ברענגען דא די ערציילונג פון איינעם פון אונזערע חברים:

נאך מיין חתונה האב איך באקומען גאר א גוטן דזשאב ביי א רעספעקטירטע פירמע מיט זייער א גוטן געהאלט. ווען איך בין אנגעקומען איבערצונעמען די ארבעט האט מען מיר דערציילט אז דער מענטש וואס האט געהאט דעם דזשאב פאר מיר איז אפגעזאגט געווארן ווייל ער האט געוואטשט פארנאגראפיע אויף דעם אינטערנעט אין די צייט פון די ארבעט. איך האב גוט פארשטאנען וואס איך האב געהערט און איך האב זיך הייס צוגעזאגט: זאל זיין וואס אימער, איך וועל קיינמאל נישט גיין צו אזעלכע וועבסייטס פון דעם קאמפיוטער ביי די ארבעט.

יא, אינגאנצן צוויי וואכן שפעטער האב איך געטאן פונקט דאס וואס איך האב זיך צוגעזאגט אז איך וועל קיינמאל נישט טון. דער געברויך דערפאר איז געווען שטערקער פון מיר, און איך בין פשוט נישט געווען מסוגל זיך קעגנצושטעלן.

עס זענען פאריבער עטליכע יאר און מיינע נפילות אויף דעם ארבעטס קאמפיוטער זענען שוין געווארן א רעגלמעסיגע ערשיינונג, און דאן איז דער בעה”ב איין טאג געקומען צו מיר און מיר געהייסן איינשטעלן א מאניטער פראגראם (וואס האלט חשבון פון יעדן סייט וואס מען באזוכט) אין דעם קאמפיוטער פון איינעם פון די ארבייטער אינעם אפיס.

ווען דער רעפארט איז אנגעקומען האט זיך ארויסגעשטעלט אז די חששות זענען געווען ריכטיג און אן קלערן צוויי מאל האט ער אפגעזאגט דעם ארבייטער. יעצט האב איך שוין נישט געהאט מער קיינע ספיקות: מער גיי איך דאס נישט טון. איך האב אליינס געזעהן וואס דא האט פאסירט און איך גיי בשום אופן נישט איינשטעלן מיין גוטע פרנסה און מיין גוטן נאמען דורכן גיין אויף אזעלכע וועבסייטס. דאס מאל האב איך זיך שוין נישט באגענוגענט מיט צוזאגען. איך האב אינסטאלירט גאר א גוטן פילטער אויף מיין קאמפיוטער אין אפיס.

אבער אויך דאס האט נישט געהאלפן. מיין אדיקשאן איז געווען פיל שטערקער פון מיר, און מיין פייערליכע הבטחה, מיט דעם פילטער אינאיינעם, האבן אנגעהאלטן פאר גאר א קורצע צייט. איך האב גאנץ שנעל געפונען א וועג אויסצוקרויזן דעם פילטער וואס איך האב אריינגעלייגט.

איך האב גוט געוואוסט וואס פאסירט מיט איינעם וואס ווערט געכאפט אין דעם אפיס מיט’ן גיין אויף אזעלכע וועבסייטס, און איך האב אויך געוואוסט אז דער בעה”ב קען יעדן טאג אריינלייגן דעם זעלבן מאניטער אין מיין קאמפיוטער פונקט ווי איך האב עס געלייגט ביי יענעם; אבער איך האב נישט געקענט אויפהערן. עס איז געווען פיל שטערקער און מעכטיגער פון מיר.

נאר ווען איך בין אנגעקומען צו דעם גרופע און איך האב זיך געטראפן מיט מענטשן וואס זענען אריבער דאס וואס איך בין אריבער, נאר דעמאלס האב איך געטראפן א לייזונג, און פון דעמאלס בין איך טאקע ריין דורך דעם חסד פון דעם אויבערשטן.

מיר פארשטייען אזא בעה”ב וועלכער וויל נישט האלטן ביי זיך אזא ארבייטער וועלכער קריכט ארום אויף די סארט וועבסייטס, אויב אבער ער וויל באמת העלפן זיין ארבייטער, האפן מיר אז אונזערע ווערטער וועלן טרעפן אפענע אויערן.