איז דער פראגראם איינשטימיג מיט אידישקייט?

דער צוועלעף סטעפ פראגראם איז א פראגראם זיך צו טוישן דעם גאנצן וועג פון לעבן. דא האבן מיר מיטגעלעבט דעם אפענעם נס וואס ג-ט האט געמאכט פאר אונז ווען מיר האבן גענומען אונזער ארבעט מיט די פולע ערנסטקייט. און מיר האבן אויך געזעהן דעם זעלבן נס געשעהן איין מאל און נאכאמאל, פאר די וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין אונז און האבן געארבעט דעם פראגראם מיט די פולע ערנסטקייט און מיט א פעסטע התמדה.

אבער דער פראגראם איז נישט אלעמאל אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס; גאר אפט טרעפט מען זיך שטיין צומישט, פיל מיט שוועריגקייטן, פראגעס וועלכע עסן אונז אויף פון אינעווייניג. ווי עס זעהט אויס זענען מיר נישט די ערשטע פאר וועמען עס קוקט אויס זייער פארפלאנטערט: איינס פון די שווערע פראגעס וועלכע האבן געמוטשעט די ערשטע מעמבערס פון דעם אריגינעלן צוועלעף סטעפ פראגראם, אלקאהאליקס ענאנימוס, איז געווען וויאזוי אנצוקומען צו גלייבן אין ג-ט. וואס דאס איז איינס פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פון דעם פראגראם.

טייל פון די זענען געווען פולקאמע אטעאיסטן, אנדערע זענען טאקע נישט געגאנגען אזוי ווייט אבער זיי האבן זיך דאך נישט געזעהן אלס גלויביגע, און אנדערע ווידער זענען טאקע יא אויפגעוואקסן גלויביג, אבער די פראבלעמען פון זייער לעבן, און בעיקר, זייער פארמעסט מיט דעם אדיקשאן צו אלקאהאל, האט זיי אוועק געפירט זייער ווייט פונעם אויבערשטן.

טייל פון די זענען געווען פולקאמע אטעאיסטן, אנדערע זענען טאקע נישט געגאנגען אזוי ווייט אבער זיי האבן זיך דאך נישט געזעהן אלס גלויביגע, און אנדערע ווידער זענען טאקע יא אויפגעוואקסן גלויביג, אבער די פראבלעמען פון זייער לעבן, און בעיקר, זייער פארמעסט מיט דעם אדיקשאן צו אלקאהאל, האט זיי אוועק געפירט זייער ווייט פונעם אויבערשטן. איינער פון די גרינדער פלעגט זיך ארום דרייען אין די גאסן פון ניו יארק און פלעגט אויפזוכן די אלקאהאליקער און זיי זאגן מיט אייפער: “אדער טרעפט איר ג-ט אדער וועט איר שטארבן!”

דאס איז גארנישט געווען קיין קליינער דילעמא. דער סכנה צו שטארבן פון אלקאהאל איז זייער א שטארקער, אבער פון די אנדערע זייט ווידער, אנצוקומען צו גלייבן אינעם אויבערשטן, דאס איז שוין אויך גארנישט קיין פשוט’ע אויפגאבע. פון איין זייט זענען געשטאנען די מעמבערס וועלכע האבן זייער קלאר געשטעלט אז ג-ט האט געטון פאר זיי דאס וואס זיי האבן בשם אופן נישט געקענט טון פאר זיך אליינס; אבער פון די אנדערע זייט האט זיך געפאדערט פאר דעם גאר א הויכער פרייז. אפשר אפילו צו הויך. מען רעדט דאך נישט דא פון עפעס אזא אויבערפלעכליכע אמונה. דא רעדט מען פון א אמת’ע, שטארקע, טיעפע אמונה. אזא אמונה וואס ברענגט מיט זיך דעם שטערקסטן באשלוס וואס א מענטש קען נאר מאכן – וואס דאס פאדערט זיך אויף זיך צו קענען ערהוילן – דעם באשלוס וואס אן דעם בלייבט דער וועג צום ערהוילונג פארשלאסן: “א באשלוס איבערצוגעבן אונזער לעבן און אונזער רצון צום אויפזיכט פונעם אויבערשטן”.

די איינציגסטע וועג פאר יענע מענטשן צו קענען אנקומען צו גלייבן אין ג-ט איז געווען דורך דעם וואס מען האט זיי געגעבן דעם מעגליכקייט, פאר יעדן איינעם באזונדער, צו גלייבן אין ג-ט לויט ווי ער פארשטייט אים. אין יענע צייט איז עס געווען עפעס אן אופרייס פון א געדאנק, אבער דאס האט אויסגעפלאסטערט דעם וועג פאר יעדן איינציגסטן מענטש אויף דער וועלט זיך צו קענען אנשליסן אין דעם פראגראם, וויבאלד קיינער איז דאך נישט געצוואונגען צו גלייבן אין ג-ט אויף דעם זעלבן אופן ווי יענער, קיינער ‘מוז’ נישט מסכים זיין מיט דעם אנדערן אויף דעם וועג ‘וויאזוי’ ער גלייבט אינעם אויבערשטן.

און אזוי ארום זענען צוגעקומען נאך פינף ווערטער צו דעם נוסח פון דעם באשלוס: מיר האבן באשלאסן איבערצוגעבן אונזער לעבן און אונזער ווילן צום אויפזיכט פון ג-ט “לויט ווי מיר פארשטייען אים”.

מיר אבער, שטייען פאר א פארקערטן דילעמא: מיר גלייבן אין אויבערשטן – אין דעם איז דאך בכלל נישטא קיין פראגע. און אויך “דער ג-ט לויט ווי מיר פארשטייען אים” איז דאך דער זעלבער ג-ט ביי אונז אלע; שטעלט זיך אלזא די פראגע צו קען דער דאזיגער פראגראם ארבעטן אויך פאר אונז מאמינים?

אין דעם ערשטן בוך איבער דעם פראגראם איז פארהאן א גאנצער קאפיטל אונטער דעם קעפל: “מיר די אטעאיסטן”, ווידער אבער ביי אונז איז דאך שטענדיג דער נושא פונקט פארקערט: “מיר די מאמינים”. יעדער נייער חבר טרעפט זיך מיט די זעלבע פראגעס, ווי למשל: צו קענען זיך ערליכע אידן, מאמינים בני מאמינים, באנוצן מיט דעם זעלבן פראגראם וואס גוי’אישע אלקאהאליקער און שיכורים האבן אויסגעטראפן און מייסד געווען? און וואס קען שוין דער פראגראם מחדש זיין פאר א איד וועלכער איז אויפגעוואקסן פון קינדווייז אן אין א וועלט פון תורה, חסידות און מוסר? איז דא אין דעם פראגראם זאכן וועלכע זענען נישט אזוי איינשטימיג מיט דעם גייסט פון די תורה און אידישקייט? און אויב נישט, און אלעס געפונט זיך טאקע אין די תורה, דעמאלס פארוואס דארפן מיר גיין אזוי ווייט און זיך באנוצן מיט דעם גוי’אישן פראגראם, פארוואס זאלן מיר עס נישט בעסער נעמען גראד פון דעם מקור, פון די תורה?

די ערשטע אידן וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין דעם פראגראם האבן זיך שטארק געמוטשעט מיט די דאזיגע פראגעס, און זיי האבן עס אויסגעטרעטן דעם וועג פאר אונז, ווען דער גרעסטער טעסט, דער טעסט פון תוצאות איז דער בעסטער איבערצייגער: טויזענטער חברים וועלכע האבן זיך ערהוילט פון א האפענונגסלאזער מצב און זיי זענען היינט ערליכע אידן, יראי ה’ וחושבי שמו, זיי זענען די שטערקסטע הוכחה וואס קען נאר זיין אז דער פראגראם פון די סטעפס איז שוין איינמאל פאסיג פאר אונז, און אז דער נוצן וואס מיר קענען ארויסנעמען פון דעם איז פיל ברייטער פון דעם תחום פון זיך פארמעסטן מיט אונזער אדיקשאן. פילע אלט געזעסענע חברים דערציילן אז דער פראגראם האט זיי דוקא געברענגט פיל נענטער צום אויבערשטן, נישט נאר מיט דעם וואס זיי האבן אויפגעהערט פאלן, נאר אויך אין דעם ענין פון דאווענען, לערנען און קיום המצוות למעשה. די אלע זאכן האבן זיך ביי זיי פיל פארבעסערט און פארשטערקערט צום נישט דערקענען, און אלעס דורך דעם פראגראם.

הרב דר. אברהם יהושע טווערסקי דערמאנט דעם פראגראם פון די סטעפס אין פילע פון זיינע ספרים און שרייב ווערק, ער האט אפילו אפגעריבן א גאנצן ספר איבער די סטעפס פון א אידישן קוק ווינקל (צוועלעף אידישע סטעפס פאר ריקאווערי) און נאך א ספר (תשובה דורך ריקאווערי) אויף צוצוגלייכן תשובה צו די צוועלעף סטעפס. הרב טווערסקי ווערט היינט פאררעכנט ביי פילע (ספעציעל ביי עדיקטס) אלס א שטארקער אויטאריטעט איבער אלע עניינים פון אדיקשאן. הרב טווערסקי זאגט גאר אפט אז די גדולי המוסר והחסידות וואלטן געקענט קלאגן אין געריכט די גרינדער פון דעם צוועלעף סטעפ פראגראם פאר השגת גבול, וויבאלד די גאנצע צוועלעף סטעפס זענען גענומען געווארן גראד פון די ספרי קודש. און עס איז נישט שווער אליינס צוצוקומען צו דעם מסקנא, עס איז גענוג פשוט אפצולייענען די צוועלעף סטעפס אויף צו זעהן אז עס איז נישט דא קיין שום חידושים אין קיין איינס פון די סטעפס, עס ממש תורה מסיני. זינט ווען איז דאס א חידוש אז א איד דארף דאווענען צום אויבערשטן, העלפן פאר אנדערע און פארגיטיגן פאר די וועמען ער האט וויי געטון?

ווער עס וועט עס נאר אליינס בודק זיין וועט גלייך זעהן אז עס איז נישט פארהאן קיין שום חשש, אפילו נישט קיין קליינע, אז די רעיונות פון די צוועלעף סטעפס זענען נישט איינשטימיג מיט אידישקייט. אדרבא, ווער עס האט מורא איז העפליך געלאדענט איבערצוגיין די סטעפס און אנצייגן וועלכע פון זיי מען קען נישט געפונען אין די ספרי קודש פונקט אזוי. אט איז א קורצע פארגלייך:

סטעפ איינס און צוויי: “מיר האבן אנערקענט אז מיר זענען מאכטלאז אנקעגן לאסט” און “מיר זענען אנגעקומען צו גלייבן אז א העכערער כח פון אונז קען אונז צוריק קערן צו נארמאלקייט”, אט האט איר עס גראד פון אונזערע מקורות: “אלמלא הקב”ה עוזרו אינו יכול לו”.

סטעפ דריי: “מיר האבן בשלאסן איבערצוגעבן אונזער לעבן און אונזער ווילן צום אויפזיכט פונעם באשעפער לויט ווי מיר פארשטייען אים”; און פון אונזערע מקורות: “על חיינו המסורים בידך”.

ווייטער: סטעפ פיר, פינף, זעקס און זיבן איז דאך פלעין און פשוט עבודת המידות, סטעפ אכט און ניין איז די ארבעט פון בין אדם לחבירו, סטעפ צען איז צו לעבן מיט א חשבון הנפש, סטעפ עלעוו איז תפילה (א מצוות עשה), און סטעפ צוועלעף איז העלפן א צווייטן, מיט א ספעציעלן דגוש אז “יותר ממה שהבעל הבית עושה עם העני – העני עושה עם בעל הבית”. מער ווי דער בעל הבית (דער נותן) טוט מיט דעם ארעמאן, טוט דער ארעמאן מיט דעם בעל הבית.

אבער דא שטעלט זיך אלעמאל די פראגע וואס פרעגט זיך כמעט ווי פון זיך אליינס, און עס איז טאקע גאר א הארבע פראגע, אפשר אפילו מער ווי דער פריערדיגער: אויב טאקע אלעס קומט פון די תורה, פארוואס דעמאלס פעלט אונז אויס צו פאשען אין פרעמדע פעלדער? מיר האבן דאך אט יעצט קלאר געמאכט אז אין דעם פראגראם איז נישט פארהאן קייין שום חידוש און מיר האבן עס אלעס אין אונזער תורה און הייליגע ספרים, פארוואס דעמאלס זאלן מיר זיך באנוצן מיט דעם צוועלעף סטעפ פראגראם און זיך נישט באגענוגען מיט שיעורים אין מוסר און חסידות און זיך אריינלייגן שטארק אין לערנען תורה?

און צומאל ווערט די זעלבע פראגע געפרעגט אויפן פארקערט אופן: “איך האב שוין פרובירט דעם דאזיגן לייזונג, גראד פונעם מקור, און עס האט נישט געארבעט פאר מיר, פארוואס עפעס זאל עס דאס מאל יא ארבעטן?” איך בין אויפגעוואקסן, און זיך געפירט, מיט די הייליגע ווערטער פון די גמרא “משכהו לבית המדרש” און איך האב עס געטון אלע יארן, איך האב געדאווענט און געבעטן דעם אויבערשטן מיט ביטערער טרערן אז ער זאל מיך ראטעווען פון די שרעקליכע נפילות, איך האב געפאסט, איך בין געגאנגען אין מקוה און געדאווענט ביי קברי צדיקים און געבעטן ברכות ביי אלע צדיקים און גדולי ישראל, אבער גארנישט האט נישט געהאלפן, און יעצט קומט איר און ברענגט מיר ווידער פונקט דעם זעלבן לייזונג.

נו וואס איז טאקע דער ענטפער? שטעלט זיך גאר ארויס – ממש א סורפרייז –  אז דער פראבלעם איז גאר געווען אין אונז. די תורה, די תפילות און דער אויבערשטער זענען אלע געווען פיין, אבער מיר האבן זיך באנוצט מיט זיי אויף דעם נישט ריכטיגן וועג. דער פראגראם קומט טאקע נישט ברענגען קיין חידושים, עס קומט נאר אונז צו ערמעגליכן זיך צו באנוצן מיט די מעגליכקייטן וועלכע זענען אלעמאל געווען אין אונזערע הענט אבער מיר האבן נישט געוואוסט פון דעם.

ווי איינער פון די לאנגיעריגע חברים האט דאס מסביר געווען איז דער פראגראם א העירינג עיד, (א הערונגס אפאראט): דער אויבערשטער האט גערעדט צו אונז, די תורה האט אונז גערופן, אבער מיר האבן געליטן פון א פראבלעם וועלכע האט געברענגט אז מיר האבן גארנישט געהערט. דער פראגראם טוישט נישט דעם אויבערשטנס רוף צו אונז און אוודאי נישט די זאכן וואס שטייט געשריבן אין די תורה, עס איז פשוט א טעכנישער אפאראט וועלכע ערמעגליכט אונז זיך איינצוהערן און צו דערהערן דעם רוף וועלכע האט אונז שטענדיג גערופן צו זיך.

וואס עס האט אונז געפעלט איז נישט געווען מער אינפארמאציע און וואוסנשאפט, און אויך נישט די ריכטיגע וויסנשאפט, נאר א וועג וויאזוי אויסצופירן פאקטיש אין לעבן די וויסנשאפט וואס מיר האבן שוין געהאט; און דאס איז טאקע פונקטליך וואס דער פראגראם געבט אונז. דער פראגראם פון די סטעפס האט גענומען די אלע הויכע געדאנקען און רעיונות און האט זיי מסדר געווען אין א שיינעם, פשוט’ן (כאטש נישט א גרינגע) וועג, אויף אן אופן ווי מיר קענען עס לייגן לידי מעשה, עס פאקטיש דורכצופירן אין אונזער טאג טעגליכן לעבן, און אין צוגאב האבן מיר באקומען א גרופע וועלכע העלפט אונז און גיבט אונז די שטיצע וואס מיר דארפן האבן עס צו קענען אויספירן.

יעדער ערליכער איד וואס פירט זיך לויט די תורה הק’ ווייסט אז ער דארף מאכן א חשבון הנפש, כאטש יעדע שטיק צייט, און ער ווייסט אויך אז ער דארף אריינלייגן א גרויסע עבודה זיך אויסצוארבעטן די מידות, אבער וויפיל מענטשן טוען דאס טאקע, וויפיל מענטשן לעבן זייער לעבן אויף אזא אופן? אין דעם פראגראם אבער ארבעטן מיר די סטעפס ווייל מיר ווייסן אז מיר האבן נישט קיין אנדערע ברירה און אויב מיר וועלן עס נישט טון וועלן מיר צוריק גיין צו אונזערע אלטע וועגן, צו אונזער אדיקשאן און צו ווייטערע נפילות.

אמת, מיר זענען טאקע אלע אנגעקומען דא אהער זייענדיג מאמינים בני מאמינים אינעם לעבעדיגן ג-ט, נישט דאס איז אונזער דילעמא. אבער דאס וואס האט זיך געפאדערט פון אונז איז מיט גארנישט אנדערש פון דאס וואס האט זיך געפאדערט פון די אטעאיסטן וועלכע זענען אנגעקומען צום פראגראם, און מעגליך גאר אז פאר אונז איז עס אפילו שווערער דורכצופירן, און די פאדערונג איז: אז מיר זאלן דורכגיין אן ערנסטע טויש אין אונזער גאנצער לעבנסוועג, אזא מין טויש אז מיר זאלן צוקומען צו אזא סארט אמונה וואס וועט האבן א דירעקטע השפעה אויף אונזער טאג טעגליכן לעבן, אין די טיעפסטע מקומות פון אונזער נשמה און אונזער לעבן.

עס איז נישט גענוג מקיים צו זיין די מצוות “כמצוות אנשים מלומדה”, פשוט ווייל מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן און דאס איז אונזער קולטור, מיר מוזן באמת איבערגעבן אונזער לעבן און אונזער ווילן צו דעם אויפזיכט פון ג-ט. ווען מיר האבן דאס געטון מיט אן אמת’דיגקייט, האבן מיר זוכה געווען צו א נייעם קשר, אן אמת’ן קשר, מיט א ליבליכן ג-ט; און אפילו אויב פאר פילע יארן האבן מיר געשפירט א פרעמדקייט, א פחד אדער אפילו אינגאצן אפגעהאקט, האבן מיר אצינד זוכה געווען צוריק מקושר צו ווערן צום אויבערשטן אויף דעם ריכטיגן וועג.