ברוכים הבאים צו פארנאגראפיע עדיקטס אנאנימוס

צו ליידסטו פון זיך אבסעסיוו אנקוקן מיט פארנאגראפיע? פון זיך שרייבן מיט אנדערע, פון עראטישע (סעקסישע) שמועסן, עראטישע ערציילונגען אד"ג? צו שפירסטו אז עס איז ארויס פון קאנטראל און טראץ אלע דיינע פרואוון אויפצוהערן ביסטו נישט מצליח? אויב איז דער ענטפער יא, ביסטו אנגעקומען צום ריכטיגן ארט! ברוך הבא צו דעם 12 סטעפ פראגראם, די פאפולערסטע פראגראם אין די וועלט פאר ערהוילונג פון עדיקשאן. דא וועסטו טרעפן פילע מענטשן וועלכע זענען געווען פונקט אין דעם זעלבן ארט ווי דו געפינסט זיך יעצט, אבער זיי האבן געטראפן א לייזונג און זיי זענען ריין און זיי זענען מצליח צו לעבן פריי פון עדיקשאן.

טשעק זיך אליינס: איז פי-עי צוגעפאסט פאר דיר?

אפט געפרעגטע פראגעס

  • בין איך א עדיקט?

    וויאזוי קענסטו וויסן אויב דו ביסט אדיקטעד אדער דו דארפסט פשוט אביסל הילף אין דיין פארמעסט? עס איז נישט דא קיין איינדייטיגע, קלארע טעסט אדער פראגע לויט וועלכען מען קען מאכן א קלארע אינטערשייד צווישן שווארץ אין ווייס אין דעם גאר וויכטיגן נושא, אבער עס זענען יא דא עטליכע שאלות וועלכע קענען דיך העלפן אליינס אנצונעמען דעם ריכטיגן באשלוס. דעריבער שטעלן מיר אייך דא פאר עטליכע צענטראלע פראגעס וועלכע קענען דיך ארויסהעלפן:

    צו שפירסטו אז דער דאזיגער משיכה איז שטערקער פון דיר און אז דו ווערסט אריינגעצויגן און דו פאלסט קעגן דיין אייגענעם רצון? צו טרעפסטו זיך אין א מצב אז כאטש אפילו דו ווילסט זייער שטארק אויפהערן געלונגט עס דיר נישט, און אז יעדעס מאל וואס די לאסט-כוואליע קומט אן פאלסטו? צו האסטו שוין אינוועסטירט אסאך מיה און ענערגיע כדי אויפצוהערן אבער עס גייט דיר נאך אלץ נישט? צו טוען די נפילות ווערן אפטער? צו ווערן די סארט נפילות הארבער? צו טוסטו זיך צוזאגן יעדעס מאל נאכ'ן פאלן אז דאס איז געווען דאס לעצטע מאל (און דו מיינסט עס אמת'דיג), אבער נאך אלעם קענסטו נישט איינהאלטן דעם הבטחה? צו שפירסטו זיך מיואש און האפענונגסלאז איבער דיינע אויסזיכטן צו קענען אויפהערן?

    אין צוגאב צו דעם, פרעג זיך נאך אפאר שאלות: צו שפירסטו אז דער משיכה צו סעקס איז געווארן פארוואנדלט ביי דיר צו אן אבסעסיע, עפעס פיל מער ווי א געווענליכע משיכה וואס דו האסט צו אנדערע גשמיות'דיגע, מענטשליכע געברויכן? צו שפירסטו אז יעדעס מאל ווען עס קומט אן דער אמת'ער טעסט "פארלירסטו אינגאנצן דעם קאפ", און דיין פעהיגקייט ריכטיג אפצושאצן א מצב ווערט פשוט פארשוואונדן? געפינסטו זיך אין א מצב אז דער צווישנשייד צווישן וויאזוי דו שפירסט פארדעם, ביז וויאזוי דו שפירסט זיך נאכדעם, איז ארויס פון יעדן פראפארץ, ווען פארדעם שפירסטו א פארצוויילפטן געברויך דערפאר, און עס שפירט זיך ווי עס איז פשוט נישט מעגליך אנצוגיין אן דעם, און ווי דאס גייט דיר ברענגען דעם העכסטן גליק מעגליך, און ווידער נאכדעם שפירסטו זיך ליידיג, לער, טרויעריג, צובראכן און צוקלאפט?

    עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט נישט מאכן קיין איבערגעאיילטע החלטות. דערפאר, אויב ביסטו נישט זיכער אז דו ביסט נישט קיין עדיקט, אדער אויב עס איז נישט קלאר פאר דיר אן קיין שום ספק אז דו ביסט יא אן עדיקט, איז באמת ווערט אז דו זאלסט זיך אראפנעמען די צייט זיך אליינס בודק צו זיין, צייט זיך צו פרעגן די אויבנדערמאנטע שווערע שאלות מיט אמת'דיגקייט און אויפריכטיגקייט, און אזוי וועסטו קענען צוקומען צו א קלארערע מסקנא.

    עס מאכט זיך אבער גאר אפט אז זיך אליינס בודק זיין איז נישט גענוג און דאס אליינס וועט אונז נישט ברענגען נענטער צו א מסקנא, און דעמאלס איז כדאי זיך אדורכצורעדן מיט נאך א מענטש, און דאס בעסטע אין דעם פאל איז צו רעדן מיט איינעם וואס וואס האט ערפארונג דירעקט אין דעם נושא. איר קענט זיך ווענדן צו אונז אין "פארנאגראפיע עדיקטס ענאנימוס" דורך דעם האטליין 732-659-0627, אדער אין אימעיל אויף help@pornanonymous.org און מיר וועלן זיך פרייען דיך ארויסצוהעלפן.

    דו קענסט זיך אויך ווענדן צו א פראפעסיאנאל (פארשטייט זיך אז דער פראפעסיאנאל דארף זיין איינער וואס טוט דירעקט אין סעקס אדיקשאן) אדער זיך דורכרעדן מיט א חבר פון דעם פראגראם וואס איז שוין אדורך דעם גאנצן פראגראם און האט שוין אסאך עקספיריענס, וואס אזא איינער קען אויך צומאל גאר שטארק ארויסהעלפן פון זיין אייגענעם ערפארונג. צומאל לוינט זיך פשוט צו נעמען א ביסל צייט. גאר אפט קען אונז די צייט אויסלערנען עפעס וואס מיר קענען זיך נישט אויסלערנען אליינס. דאס טוט מען דורך דעם וואס מען פרובירט אלע אנדערע מעגליכקייטן אויפצוהערן, אדער לכל הפחות זיך פארצוריקן אין אונזער פארמעסט מיט גרויסע טריט. אזא סארט תקופה קען דיך ברענגען איינצוזעהן אז מיט די ריכטיגע כלים קענסטו אויפהערן אליינס, אדער קען אזא תקופה דיך ברענגען צו דעם פארקערטן פארשטאנד. אז די נפילות און די ווייטאג וועט דיך פירן צו א מסקנא אז דו קענסט זיך נישט מער ארויסדרייען און דו מוזט מודה זיין אז דו ביסט מאכטלאז אקעגן דעם אדיקשאן.

  • צו האב איך אן אויסזיכט?

    אין "פארנאגראפיע עדיקטס ענאנימוס", קענען מיר הונדערטער מענטשן וועלכע האבן זיך געשפירט גענצליך האפענונגסלאז, אבער זיי האבן זיך ערהוילט און היינט זענען זיי ריין. זיי האבן געלייזט זייער פראבלעם מיט אדיקשאן צו פארנאגראפיע און צו אנדערע סעקסישע פירונגען. מיר זענען אלע אנגעקומען דא אהער בשעת ווען מיר האבן נאך פרובירט פון דרויסן אנצוהאלטן אונזער גוטער איינדרוק, פון א געלונגענער מענטש, וועלכער פארנעמט א שיינעם מקום אין די געזעלשאפט, א איבערגעגעבענער טאטע און מאן און אן אנגעזעענער מענטש אין די קהילה, אבער פון אינעווייניג האבן מיר זיך פארמאסטן מיט א שרעקעדיגער סוד וואס קיינער האט נישט געטארט וויסן איבער דעם, און מיר זענען געווען פול מיט איינזאמקייט, שולד געפיהלן און בושה.

    "פארנאגראפיע עדיקטס ענאנימוס" איז פאקטיש א הערליכער צוזאמענשטעל פון פילע מענטשן פון אנדערע וועלטן, אנדערע יארגענג און אנדערע דרגות אינעם געזעלשאפט. עס זענען פארהאן צווישן אונז פרומע און פרייע, מאדערנע און חסיד'ישע, פון יעדע סארט און פון יעדן דרגא; עס געפונען זיך צווישן אונז כולל אינגעלייט זייט ביי זייט מיט פראפעסיאנאלן; מענטשן פון די חינוך וועלט און תורה אויטאריטעטן זייט ביי זייט מיט ביזנעסלייט אין יעדע תחום. מיר אלע פארמעסטן זיך מיט דעם זעלבן פראבלעם און מיר האבן אלע געפונען דעם זעלבן לייזונג וואס ארבעט פאר אונז.

    און טראץ די רייכע פארנעם פון דעות וועלכע זענען פארהאן צווישן אונז, זעהט אויס אז דא איז די איינציגסטע פלאץ ווי עס איז נישט דא קיין שום וויכוחים און קיין שום מחלוקות איבער סיי וועלכע פאליטיק, וועלטליכע אדער געזעלשאפטליכע. מיר מישן זיך נישט אריין ביי קיינעם אין זיין פערזענליכ'ן לעבן, אין זיינע דעות, השקפות אדער אין סיי וועלכען ענין וואס האט צו טון מיט דעם קרייז מיט וועלכען ער טוט זיך אנגעהערן.

    מיר זענען דא ווייל מיר ליידן פון א געמיינזאמע פראבלעם און מיר טיילן א געמיינזאמען לייזונג. און דאס איז די איינציגסטע נושא איבער וועלכען מיר האבן א מיינונג.

    כמעט יעדער פון אונז האט שוין פרובירט יעדן לייזונג פון וואס ער האט נאר געקענט טראכטן, און אפילו אזעלכע פון וואס ער האט נישט געקענט טראכטן. מיר האבן פרובירט זיך צו באנוצן מיט יעדן טעכנישן מעגליכקייט, אנגעהויבן פון פילטערס, אויף די העכסטע לעוול, און אפילו צוברעכן דעם סמארטפאון, האפענדיג אז אזא העראאישער שריט וועט זיכער זיין אזא גרויסער זכות פאר אונז אז בשכר דעם וועלן מיר באפרייט ווערן פון די אבסעסיע. אבער די אלע וועגן האבן פשוט נישט געארבעט און מיר זענען ווידער געפאלן, און ווידער געפאלן, ביז דאס ווייטאג האט דערגרייכט א קלימאקס.

    אויב דאס איז נישט גענוג קומט צו דער פאקט אז פילע פראפעסיאנאלן וועלכע פארנעמען זיך מיט דעם זאגן אפן אז די פראצענט און די שאנסן פאר הצלחה ווען עס קומט צו אדיקשאן בכלל און צו אונזער אדיקשאן בפרט, זענען גאר נידריג. זעהט אויס אז געווענליכע עמאציאנעלע באהאנדלונגען ארבעטן נישט אין אונזער פאל.

    פילע פון אונז האבן פרובירט די אנגענומענע, רעליגיעזע עצות אויף אויפצוהערן צו פאלן. און מיר האבן דאס פרובירט מיט די גאנצע ערנסטקייט און מיר האבן אריינגעלייגט אין דעם אלע אונזערע כוחות און פיל ענערגיע. אן א שיעור מאל האבן מיר חרטה געהאט און תשובה געטאן, מיר האבן געדאווענט און געבעטן ביים באשעפער ער זאל אונז מוחל זיין, מיר האבן געלערנט תורה, מוסר און חסידות, פילע פון אונז האבן זיך גע'טובל'ט אין מקוה, געפאסט און ארום געלאפן צו קברי צדיקים. מעגליך אפילו אז מיר האבן זיך שוין אנגעגארטלט מיט קוראזש און שטארקקייט און געגאנגען רעדן מיט רבנים, רבי'ס און משפיעים, וועלכע האבן אונז נישט פארשטאנען, אדער האבן זיי אונז געשיקט צו פראפעסיאנאלן, ווי מיר האבן געשפירט אז מיר האבן געטראפן דעם נישט ריכטיגן אדרעס. צו אונזער גרויסער צער און ווייטאג האבן די אלע זאכן נישט געהאלפן.

    רוב פון אונז קענען אפילו דערציילן איבער געוויסע תקופות פון ריינקייט צווישן איין נפילה און דעם צווייטן, תקופות אין וועלכע מיר האבן אפילו געשפירט אז מיר זענען שוין באפרייט געווארן אינגאנצן. יא, צומאל האט זיך געמאכט, נאך א גאר ווייטאגליכער פאל, און נאך א גאר שטארקן החלטה (צום וויפילטן מאל), אז עס איז אונז געלונגען צו בלייבן ריין אויף עטליכע טעג אדער אפילו עטליכע וואכן פון גענצליכע ריינקייט, און אין אזא צייט האבן מיר אנגעהויבן שפירן אז עס ציעט אונז אפילו מער נישט. דער רייץ איז פשוט נישטא מער. אבער די דאזיגע תקופות האבן נאר געדינט אונז נאכמער צו צומישן, ווייל זיי האבן זיך אלעמאל געענדיגט מיט נאך א געזונטן טראסק, און נאך דעם זענען מיר געווען אינגאנצן פארלוירן, בשעת מיר פרעגן זיך אליינס: ווער בין איך עכט? וויאזוי בין איך ווידער געפאלן נאך וואס איך בין שוין אזוי לאנג געווען ריין און איך בין געווען אזוי באקוועם מיט זיך אז דער פראבלעם געהערט שוין צו דער פארגאנגענהייט. איך בין דאך געווען אזוי זיכער אז איך וועל מער קיינמאל נישט פאלן.

    דווקא אין די מיואש'דיגע מינוטן האבן מיר געפונען דעם לייזונג. חברים וועלכע זענען אליינס געווען אין אונזער מצב, אדער נאך ערגער אפילו, האבן אונז דערציילט אז זיי זענען אריבער פונקט דעם זעלבן שמערצליכן רייזע, זיי האבן אויך פרובירט יעדן מעגליכן, און אוממעגליכן וועג אויפצוהערן, אבער נאר ווען זיי זענען דערנאך אנגעקומען צו א "דעד-ענד", ווען עס האט אויסגעקוקט אז אלעס האט זיך געענדיגט און עס איז נישטא מער קיין וועג ארויס, דוקא דעמאלס האט ג-ט זיי געברענגט צו "פארנאגראפיע עדיקטס ענאנימוס" און אזוי האבן זיי געפונען א נייעם וועג.

    דא קענען מיר אלע דעם ווייטאג וועלכע קומט מיט די נאכאנאנדע נפילות פון אייגענער עקספיריענס, און דערפאר, ווען א נייער חבר קומט אן ווייסן מיר פונקטליך פון וואס ער רעדט ווען ער דערציילט ווי ער פרובירט אזוי שטארק אויפצוהערן אבער עס גייט אים נישט; מיר טוען זיך אינגאנצן אידענטיפיצירן מיט אים ווען ער טוט מיטטיילן מיט ביטערע ווייטאג די שמערצן וועלכע קומען נאך דעם נפילה און דעם פארלוירנקייט געפיהל איבער דעם מציאות אז ער האט פשוט פארלוירן יעדן קאנטראל איבער זיך.

    און טאקע דערפאר וועלן מיר קיינמאל נישט פרעגן פון א נייעם חבר די קלוגע צויבער ווערטער, וועלכע מען הערט אזויפיל פון די וועלכע האבן זיך קיינמאל נישט געפונען אין אונזער מצב: "איר דארפט פלעין אויפהערן!!!". ווייל מיר ווייסן זייער גוט אז אויב עס וואלט זיך ווען געוואנדן אין אים, וואלט ער שוין לאאאנג אויפגעהערט פון זיך אליינס. ער וואלט נישט געווארט אז דו זאלסט אים דאס זאגן...

    וועסטו זיך דאך אוודאי פרעגן, וואס קען שוין זיין דער וואונדער לייזונג וואס מיר האבן געפונען. דו האסט דאך שוין פרובירט יעדע זאך וואס מען קען נאר טראכטן דערפון און זיי זענען אלע דורכגעפאלן. וואס איז אויב אזוי דער וואונדערליכער פלאן וואס האט יא מצליח געווען דוקא דארט ווי אלע רעליגיעזע און פראפעסיאנאלע פלענער זענען דורכגעפאלן?

    אונזער פראגראם איז דער צוועלעף סטעפ פראגראם. א פראגראם וועלכען דער אויבערשטער האט אראפגעשיקט דא צו אונזער וועלט מיט העכער אכציג יאר צוריק און עס האט שוין זינט דאן געראטעוועט מיליאנען מענטשן איבער די גאנצע וועלט. אויף אונזער וועבסייט קענט איר לייענען וואס די סטעפס זענען, וויאזוי מען קען זיך פאָראויסרוקן פון איין סטעפ צום אנדערן, און פארשטייט זיך, וואס עס פעלט זיך אויס פון דיר אז דו זאלסט אויך קענען נוצן דעם פראגראם מיט הצלחה.

  • וואס איז דער פראגראם פון די סטעפס?

    איינס פון די עלטסטע מעדיצינישע פראבלעמען אויף דער וועלט איז דער פראבלעם פון ווערן אדיקטעד צו דעם ביטערן טראפן; אדער ווי אנדערע רופן דאס אן: "אלקאהאליזם". גאנצעטע דורות פון מענטשן וועלכע זענען געווארן אדיקטעד צו אלקאהאל זענען געווען גענצליך האפענונגסלאז, אן קיין שום אויסזיכטן זיך צו ריקאווערן, און טויזנטער פון זיי זענען געשטארבן פון דעם אדער איינגעשפארט געווארן אין פארשידענע אנשטאלטן פאר חולי נפש. דאקטוירים און אנדערע פראפעסיאנאלן האבן פרובירט מיט אלע כוחות זיי צו העלפן אויפהערן דעם דאזיגן שעדליכן אויפפירונג, אבער מיט גאר ווייניג הצלחה.

    דר. קארל יונג, איינער פון די גרעסטע פסיכאלאגן אינעם ערשטן האלב פונעם צוואציגסטן יארהונדערט, וואס איז דוקא געווען אפן צו רוחניות'דיגע געדאנקען, האט גע'טענה'ט אז די איינציגסטע וועג פאר אן עדיקט מצליח צו זיין זיך צו ערהוילן פון אלקאהאל איז אויב ער וועט אריבערגיין א רוחניות'דיגע אויפוואכונג, אזא סארט אויפוואכונג וואס וועט אים צוברענגען צו א גענצליכער טויש אין זיין גאנצער וועזן. אין שפעטערע יארן האט יונג געשריבן, אז דער דורשט צו אלקאהאל איז גלייך צו דעם דורשט פון דעם גייסט זיך צו פאראייניגן מיט'ן אויבערשטן, ציטירנדיג דעם פסוק אין תהלים "צמאה נפשי לאלוקים לקל חי".

    צוויי האפענונגסלאזע אלקאהאליקער, וועלכע האבן שוין געהאט פארלוירן אלעס אין זייער לעבן, האבן אנגענומען די ווערטער מיט די פולע ערנסטקייט און זיי האבן זיך גענומען ארבעטן אויף זיך צו טוישן זייער וועג וויאזוי זיי האבן געלעבט ביז דעמאלס און אנצוהייבן לעבן אויף א נייעם וועג, באזירט אויף די געדאנקען פון ארויסרייסן פון זיך עגאאיזם; גלייבן אין, און זיך איבערגעבן גענצליך צו, ג-ט; פארגיטיגן פאר אלע מענטשן פאר וועמען זיי האבן וויי געטאן, און פערזענליכע, שווערע ארבעט אויף זייערע נישט גוטע מידות. די ביידע מענטשן האבן זיך ערהוילט, און פון דעמאלס ביז זייער טויט האבן זיי מער נישט גענומען קיין טראפן אלקאהאל אין מויל אריין.

    ווי נאר זיי האבן איינגעזעהן אז עס איז דא אויסזיכטן האבן זיי זיך אריינגעווארפן אין די ארבעט מיט א געוואלדיגע התלהבות, צו העלפן וואס מער אלקאהאליקער, און דער זעלבער נס וואס האט פאסירט צו די ערשטע צוויי, האט פאסירט זינט דאן צאללאזע מאל. זיי האבן אויפגעשטעלט גרופעס וועלכע ווערן גערופן "אלקאהאליקס אנאנימוס"; די דאזיגע גרופעס האבן זיך גאר שנעל פארשפרייט און זענען אנגעקומען צו יעדן מקום אויף די וועלט. עס האט נישט געדויערט לאנג ביז פראפעסיאנאלן האבן זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט די זעלבע געדאנקען און פרינציפן וועלכע די אלקאהאליקער האבן אנטדעקט, ארויסברענגענדיג די וויכטיגקייט פון רוחניות אין דעם לעבן פון יעדן עדיקט וואס זוכט זיך צו ערהוילן.

    און דאן האט זיך ארויסגעשטעלט נאך א זאך – עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער זעלבער לייזונג וואס די אלקאהאליקער האבן געטראפן, קען פונקט אזוי ארבעטן אויך פאר אנדערע סארט עדיקטס.

    די ערשטע זיך אנצושליסן אין דעם זענען געווען די דראג עדיקטס, און נאך זיי האבן נאכגעפאלגט יעדע סארט אדיקשאן וואס מען קען נאר טראכטן פון דעם. די וואס זענען אדיקטעד צו געמבלען, דורך וועלכע זיי האבן אלעס פארלוירן; די וואס זענען אדיקטעד צו עסן, וואס זיי האבן נישט מצליח געווען אויפצוהערן צו פרעסן אויף א צוואנגהאפטיגן אופן, טראץ דעם הויכן פרייז וואס זיי האבן באצאלט אין שווערע פיזישע און עמאציאנעלע פראבלעמען און מחלות; און נאך פילע אנדערע. און אזוי ארום איז דער דאזיגער פראגראם אנגעקומען צו אונז אויך, וואס מיר זענען אדיקטעס צו שעדליכע אויפפירונגען אין דעם שטח פון לאסט און סעקס.

    אבער צוערשט האט אויסגעפעלט צו אנערקענען דעם מציאות אז מען קען בכלל ווערן אדיקטעד צו פארשידענע סארט סעקסישע אויפפירונגען, אזוי ווי וואטשן פארנאגראפיע, מעסטורבעישאן, אא"וו. עס איז געווען ממש א מהפכה דאס צו קענען זעהן אויף אזא אופן, ווייל אנדערש ווי ביי אלקאהאל און דראגס, טוען מיר נישט אריינלייגן קיין אדיקטיווע שטאף אין אונזער קערפער.

    אבער פארט איז דער פארגלייך געווען צו שטארק אז מען זאל זיך פשוט פארהוילן פון דעם. דער פארנאגראפיע אדיקט גייט אדורך די זעלבע שטאפלען ווי דער אלקאהאל אדיקט. אנגעהויבן פון דעם דראנג וועלכע אנטוויקלט זיך צוביסלעך, אנצוהאלטן דעם פראבלעמאטישן אויפפירונג; ווייטער צו דעם געברויך כסדר צו העכערן דעם קוואנטום; דאס אוממעגליכקייט אויפצוהערן, און די איינצוג ווייטאגן - א פענאמען וואס פאסירט ווען א עדיקט הערט אויף זיך צו באנוצן מיט דעם 'דראג' פון זיין אדיקשאן. 

    אויך דא האט דער אויבערשטער שוין אויסגעטרעטן דעם וועג פאר אונז, ווען עטליכע חברים האבן איינגעזעהן אז דער פראגראם פון די אלקאהאליקער האט געארבעט פאר זיי און זיי האבן אויפגעשטעלט די ערשטע גרופעס וועלכע האבן געגעבן דעם לייזונג פאר די וואס זענען אדיקטעד צו פראבלעמאטישע סעקסישע אויפפירונגען.

    אין די יארן וועלכע זענען פארלאפן זינט דאן איז דער צוועלעף סטעפ פראגראם געווארן אנערקענט אלס די בעסטע לייזונג, מיט די העכסטע אויסזיכטן פאר הצלחה. נאך און נאך חברים האלטן זיך אין איין אנשליסן אין דעם פראגראם פון די סטעפס, און פילע טרעפן זיך פרעגן די פראגע: וואס איז דאס דער פראגראם? וויאזוי גייט מען ארויף אויף די טרעפ? און נאך פילע שאלות ארום דעם.

    אויף אונזער סייט וועסטו טרעפן אסאך אינפארמאציע וועלכע איז געשריבן געווארן דירעקט מיט דעם ציהל אוועקצושטעלן פאר אייך אונזער דערציילונג אויף זיינע פארשידענע חלקים; אדיקשאן, די שוועריגקייטן און וויאזוי ארויסצוגיין פון דעם תפיסה, כדי אז דו, דער לייענער, זאלסט קענען פארשטיין וואס מיר זענען אריבער און וואס מיר האבן געטון אויף זיך ארויסצוזעהן פון דעם שוועריגקייט.

    מיר האפן אז דער סייט וועט דינען אלס א איבערצייגענדער עדות אז דו האסט נאך אויך גוטע אויסזיכטן, און אז עס איז דא א גוטער לייזונג וועלכע קען ארבעטן פאר דיר אויך. אין צוגאב צו דעם האפן מיר אז איר וועט טרעפן דא ענטפערס אויף די פראגעס וועלכע באשעפטיגן דיך יעצט און דו וועסט זעהן פונקטליך וויאזוי מיר האבן ריקאווערט.

    מיר רעדן זיך נישט איין פאר איין רגע אז דאס איז גרינג, און אויך נישט אז עס איז פאסיג פאר יעדן איינעם, אבער אויב דו טוסט זיך אידענטיפיצירן מיט דעם פראבלעם, טוען מיר פארשטעלן פאר דיר וואס האט געארבעט פאר אונז. און מיר האפן אז דו וועסט אויך טרעפן א פאסיגע לייזונג אין דעם.

  • פאר וועמען איז דער פראגראם געמאכט?

    דער פארנעם פון נפילות וועלכע זענען פארבינדן מיט דעם יצר התאווה איז גרויס און ברייט אן קיין פארגלייך; סיי בכמות, ווי עס איז דא איינער וואס פאלט נאר צייטנווייז, און פון די אנדערע זייט איז דא איינער וואס פאלט יעדן טאג, און אפילו עטליכע מאל א טאג, און סיי מבחינת האיכות, פון די סארט נפילות, ווי עס איז דא אזעלכע וואס פאלן נאר מיט מעסטורבעישן [הוז”ל-אוננות אין עברית], עס זענען דא אזעלכע וואס פאלן מיט קוקן פארנאגראפיע און עס זענען דא אזעלכע וואס זייערע נפילות זענען פיל הארבער פון דעם און זיי זענען שוין אריבער דעם גרעניץ פון דעם סקרין. עס זענען דא נאך פארשידענע זאכן וועלכע טוישן זיך פון איין מענטש צום צווייטן און פארשטייט זיך אז מען קען נישט פארגלייכן א בחור וואס אנטוויקלט זיך יעצט, צו אן ערוואקסענעם מענטש וואס איז שוין חתונה געהאט, אא”וו. און איבער דעם אלעם דארף מען קענען אפטיילן צווישן איינעם וואס טוט זיך פשוט פארמעסטן מיט דעם יצר הרע און דעם נאטורליכן משיכה, צו איינעם וואס איז שוין אנגעקומען צו א מצב פון אדיקשאן צו פארנאגראפיע.

    אונזער פראגראם איז ספעציעל געווידמעט פאר איינעם וואס האט שוין דערגרייכט דעם שטאפל פון אדיקשאן, פאר דעם וואס האט שוין פראבירט אלעס, אבער אן קיין ערפאלג.

    עס איז פארהאן א ליניע וועלכע טוט אפטיילן צווישן די וואס פארמעסטן זיך פשוט מיט דעם פראבלעם און דארפן הילף, און צווישן אזעלכע וואס די געווענליכע כלים און ‘טולס’ וועלן שוין נישט העלפן און זיי געפונען זיך אין א גאנץ אנדערע קאטעגאריע. מיר רופן אן דעם סארט פארמעסט “אדיקשאן”. אין פשוט’ע ווערטער, א עדיקט איז א מענטש וואס האט פארלוירן קאנטראל, און טראץ וואס ער פרובירט צו מאביליזירן זיין גאנצע כח, זיין גאנצע רצון, אויף נישט אנצוקומען צו די פלעצער, דאך פאלט ער דורך נאכאמאל און נאכאמאל. דער עדיקט איז דער מענטש וואס האט אלע סיבות אויפצוהערן, אבער איז פשוט נישט מצליח, ווייל דער סארט התנהגות פון אדיקשאן איז פיל שטערקער פון אים. די געווענליכע כלים וועלכע קענען העלפן פאר א געווענליכן מענטש, ווי למשל, א פילטער וכדו’, העלפן נישט פאר אן עדיקט, ווייל ער וועט שטענדיג טרעפן א וועג אויסצוקרויזן דעם שלאס און דורכפאלן.

    דער וואס איז שוין אנגעקומען צו א מצב פון אדיקשאן טרעפט זיך שטיין אין דעם שווערן פארמעסט אן קיין שום כח, ער איז מאכטלאז. ער לעבט א טאפלטן לעבן אנגעפולט מיט ווייטאג, שולד געפיהלן, בושה און פארשטייט זיך, אסאך אסאך איינזאמקייט. פון דרויסן זעהט זיך אויס ווי זיין לעבן פירט זיך ווייטער געהעריג, אבער אינעווייניג איז ער אויפגעגעסן און שפירט א ליידיגקייט, זעלבסט האס און איז גענצליך האפענוגסלאז. ער לעבט אין שטענדיגע פחד פון דעם רגע אין וועלכען ער וועט געכאפט ווערן, ווען דער מאסקע וועט אראפגעריסן ווערן פון זיין פנים און ער וועט שטיין פארשעמט און דערנידערט פאר די גאנצע וועלט.

    דער עדיקט איז דער וואס האט שוין פרובירט אלעס, אנגעהויבן פון די רעליגיעזע עצות ווי לערנען תורה און מוסר, תשובה טאן און דאווענען, און ווייטער צו די טעכנישע עצות ווי לייגן פילטערס, און גאר אפט האט ער שוין אויך פרובירט צו גיין צו פראפעסיאנאלן און טעראפיסטן צו זעהן וואס זיי קענען אים העלפן, אבער נאך דעם אלעס פאלט ער נאך אלץ – קעגן זיין אייגענעם ווילן. דער עדיקט איז דער מענטש וואס זאגט זיך צו נאך יעדן נפילה אז דאס איז דאס לעצטע מאל, אבער איז קיינמאל נישט מצליח איינצוהאלטן זיין צוזאג. אין אנדערע ווערטער, דער עדיקט טוט זיך שוין נישט פארמעסטן מיט דעם געווענליכן יצר הרע נאר מיט א פיל גרעסערער פראבלעם. עס איז נישט אז ער ווערט סתם אזוי צוגעצויגן זיך איינצוקוקן אין אומאיידעלע בילדער נאר ער איז אדיקטעד צו פארנאגראפיע. ער איז נישט סתם איינער מיט א גאר גרויסן תאווה און חשק נאר ער איז מאכטלאז קעגן עפעס אן אומנאטורליכן דראנג צו מוז”ל זיין, זיך צו פארטיפן אין פארנאגראפיע און צו אנדערע פראבלעמאטישע פירונגען.

    פאר עדיקטס איז דא גאר נידריגע אויסזיכטן צו קענען אויפהערן דאס פאלן בלויז מיט די הילף פון זייער רצון. און דאס זעלבע איז מיט די געווענליכע וועגן פון זיך שטארקן אין לימוד התורה, תשובה טאן אדער איינשטעלן גאר גוטע פילטערס. און אויב איז דאס נישט גענוג, זעהט עס נאך אויס אז אפילו מיט פראפעסיאנאלע הילף זענען נאך אלץ די אויסזיכטן נישט צו הויך ווען די רעדע איז איבער אדיקשאן. די בעסטע פראפעסיאנאלן שטייען מאכטלאז און הייבן אויף די הענט אנטקעגן דעם מעכטיגן כח וואס טוט אריינציען אין זיך די עדיקטס און שלעפט זיי כסדר צוריק צו פאלן, טראץ די שווערע ארבעט וואס זיי לייגן אריין אין די מענטשן, לויט די בעסטע, נייעסטע שיטות און פסיכאלאגישע מעטאדן.

    דעם פראגראם וואס מיר האבן געטראפן, דאס איז דער פראגראם וואס האט די בעסטע אויסזיכטן פאר הצלחה – דער צוועלעף סטעפ פראגראם. מיט בערך פערציג יאר צוריק – ארום 1980 –  זענען געווען עטליכע, איינצעלנע מענטשן, וועלכע זענען געווען די ערשטע זיך צו באנוצן מיט דעם פראגראם אויף זיך צו פארמעסטן מיט אדיקשאן צו פארשידענע זאכן וועלכע זענען פארבינדן מיט לאָסט (אנגעהויבן פון מעסטורבעישאן (הוז”ל), ביז צו קוקן פארנאגראפיע און געענדיגט מיט פיל ערגערס פון דעם). זיי האבן געטאפט אין די פינסטער בשעת ווען זיי האבן זיך אליינס געפרעגט צו דאס וועט קענען ארבעטן פאר זיי אויך, צו איז דער דאזיגער פראגראם צוגעפאסט פאר זיי? צו האבן זיי בכלל אן אויסזיכט?

    אין די יארן וועלכע זענען פארלאפן זינט דאן, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זייער פרייד אז די תשובה צו די אלע שאלות איז געווען א פאזיטיווע. די ערשטע גרופעס וועלכע האבן געארבעט דעם צוועלעף סטעפ פראגראם אויף דעם ענין האבן זיך אנגעהויבן אין אמעריקא, און במשך די יארן, נאך עטליכע דורכגעפאלענע פרואוון, האבן זיי זיך אנגעהויבן אויך אין ארץ ישראל, אין ענגלאנד, קאנאדע, פראנקרייך און אין נאך פילע אנדערע מדינות. ביים היינטיגן טאג (ווען מיר שרייבן די שורות) ציילן זיך די מעמבערס פון די פארשידענע צוועלעף סטעפ פראגראמען וועלכע העלפן מענטשן זיך פארמעסטן מיט סעקס פראבלעמען, אין די שווערע טויזענטער, און עס וואקסט כסדר. נייע חברים קומען כסדר צו און גאר אסאך זענען מצליח זיך ארויפצושטעלן אויף דעם דרך המלך און באקומען דעם מתנה אז זיי הערן אויף צו פאלן און באקומען א נייעם, באפרייטן לעבן.

    אויב ביסטו אויך פון די וואס ליידן פון אונזער פראבלעם און דו ביסט אנגעקומען צו א באשלוס אז דו ביסט מאכטלאז אנטקעגן דיינע נאכאנאנדע נפילות, איז דער וועבסייט און דער פראגראם געצילט פאר דיר און מיר טוען דיך איינלאדענען זיך אנצושליסן מיט אונז. אין אנדערע מאמרים אויף דעם סייט וועסטו טרעפן ענטפערס צו די פילע פראגעס וועלכע טוען דיך זיכער באדערן יעצט, און מיר האפן אז זיי וועלן דיך צופרידן שטעלן און אז ביים ענדיגן לייענען וועסטו באקומען א קלארע בילד איבער דעם פראגראם, וויאזוי זי ארבעט און וואס דו דארפסט טון כדי אנצוהייבן מיט א נייעם פרק אין דיין לעבן, ריין פון נפילות.

    אויב ווידער ביסטו געקומען צו די מסקנא אז דאס איז נישט דיין מעשה און אז דו ביסט נישט אנגעקומען צו א מצב פון אדיקשאן, דעמאלס איז דער פראגראם נישט פאר אייך. איר קענט זיך דאן ווענדן צו אנדערע ארגאניזאציעס וועלכע העלפן פאר די וועלכע זענען נישט קיין עדיקטס, נאר מוטשען זיך מיט דעם פראבלעם אויף א גרינגערן פארנעם.

    איין אזא ארגאניזאציע וועלכע מיר ווייסן איז “היט דיינע אויגן“.

    מיר וואונטשן דיך אן אז דער באשעפער זאל זיין מיט דיר אין וועלכען וועג דו קלויבסט זיך נאר אויס.

  • פארוואס דארף איך זיך אנשליסן אין א גרופע?

    דעם פראגראם אליינס ארבעטן מיר אין א גרופע און נישט יעדער איינער פאר זיך. אסאך האבן פרובירט צו ארבעטן די סטעפס אליינס, אבער בדרך כלל האבן זיי נישט געהאט קיין גרויסע הצלחה און זיי האבן נישט אויסגעהאלטן אויף א לענגערע תקופה. איינס פון די סיבות צו דעם איז, ווייל כדי צו קענען אויפהערן די נפילות פעלט זיך אויס צו צעברעכן דעם צוים פון איינזאמקייט, שולד-געפיהלן און בושה; און דאס קען מען נאר טון ווען מען באגעגענט זיך מיט אנדערע מענטשן וועלכע טוען מיטטיילן מיט אונז מיט א אפענקייט זייערע נסיונות, און זיי זענען אונז מקבל אזוי ווי מיר זענען, מיט אונזערע נסיונות, מיט אונזערע פראבלעמען און מיט אונזערע נפילות.

    צו מיר האבן יא אדער נישט צוגעלייגט קאפ צו דעם, איז אבער דער מציאות אז איינזאמקייט איז אלעמאל געווען א גרויסער טייל פון אונזער פראבלעם. מיר האבן אלעמאל געשפירט אז מיר קענען 'קיינמאל' פאר 'קיינעם' נישט פארציילן "ווער מיר זענען באמת", ווייל אויב איינער וועט וויסן ווער מיר זענען באמת וועט יענער מער קיינמאל נישט וועלן שטיין אין אונזערע ד' אמות, און דאס וועט זיין אונזער סוף. און אזוי ארום האט דער דאזיגער איינזאמקייט נאר געפיטערט און געטריבן אונזערע נפילות. אבער יעצט, ווען מיר קומען אן צו א גרופע און מיר זעען נאך אנדערע מענטשן וועלכע פארמעסטן זיך פונקט אזוי ווי אונז און זיי זענען אונז מקבל פונקט אזוי ווי מיר זענען, אן קיין שום תנאים און אן קיין שום חשבונות; יעצט הייבט זיך אן אויפלאזן דער ריזיגער אייזבארג.

    אבער דאס איז נישט די איינציגסטע סיבה צוליב וואס מיר שפאנען צוזאמען אין א גרופע. פאקטיש איז כמעט נישט שייך צו ארבעטן די סטעפס אן א גרופע. עס רעדט זיך פון א פראצעדור וואס פאדערט גאר אסאך ארבעט און השקעה, אן נאכלאזן דערפון, און די אויסזיכטן אז מיר זאלן אנהאלטן און מצליח זיין אן די הילף און שטיצע פון אנדערע חברים וועלכע גייען דורך דעם זעלבן פראצעדור, איז כמעט זערא. און דאס איז שוין אויסער דעם עצם מציאות אז מיר וועלן כמעט זיכער נישט דורכפירן די סטעפס אויפן ריכטיגן אופן.

    דאס איז אזויווי איינער זאלן פרובירן צו ווערן א פרומער איד נאר דורכ'ן לייענען א בוך, אן דעם וואס ער זאל אמאל האבן אפילו געטראפן א פרומען איד, בשעת ווען ער וואוינט אין א פרייע געגענט און ער האט נישט קיין שום שייכות מיט א פרומע קהילה. עס איז דאך זעלבסטפארשטענדליך אז אזא מענטש האט כמעט נישט קיין אויסזיכט מצליח צו זיין אין זיין ציהל און אוודאי נישט פאר קיין לאנגע צייט. און דאס זעלבע איז ביי אונז, מיר מוזן האבן דעם קשר מיט אנדערע חברים וועלכע טוען דאס, מיר דארפן באקומען פון זיי חיזוק און שטיצע, זיך לערנען פון זייער ערפארונג, מיר דארפן האבן פון וועמען צו פרעגן פראגעס און פון וועמען צו באקומען ענטפערס, אן דעם גייט עס נישט.

    נאך א פראבלעם וואס מיר האבן, וואס די גרופע איז טאקע די בעסטע געצייג זיך צו פארמעסטן מיט דעם, איז דער פאקט אז מיר קענען זיך נישט באמת אפשניידן פון אלע זאכן וועלכע קענען אונז אנרייצן און צוברענגען צו פאלן. אפילו אויב מיר האבן אינסטאלירט דעם בעסטן פילטער און מיר טוען אויס די אויגן גלעזער אויף די גאס, איז נאך אלץ דא גענוג און נאך אויף וואס צו לאסטן און עס איז אלעמאל דא עפעס וואס קען אונז אנרייצן פון איין רגע אויף די צווייטע, און דאס איז דאס גאנצע וואס פעלט זיך אויס, איין רגע, אין וועלכען מיר קענען נישט ביישטיין דעם רייץ.

    אין דעם זענען מיר אנדערש פון די אלקאהאליקער אדער דראג אדיקטס, וועלכע מוזן צוקומען צו דעם פאקטיש דראג אדער פלעשל אלקאהאל. מיט דעם זענען מיר גלייך צו די וועלכע זענען אדיקטעד צו עסן, ווייל ביי זיי, פונקט ווי ביי אונז, איז אלעמאל דא עסן צום באקומען אומעטום. און ביי אונז איז עס נאך שווערער, ווייל מיר מוזן אפילו נישט האבן א פאקטישן מאכל. עס איז גענוג וואס מיר האבן אין מח. און וויאזוי טאקע קען מען זיך פארמעסטן מיט הצלחה מיט א רייץ וועלכע איז שטענדיג אוועילעבל אויף די רגע?

    אונזער וועג דערצו איז נאר דורך דעם וואס אין א שווערע מינוט, אויב מיר שפירן אז דער רייץ כאפט אונז שטרעקט מען אויס די האנט און מען בעט הילף פון די פיינע מענטשן וואס מיר ווייסן אז זיי וועלן אונז פארשטיין און וועלן עס אונז גערן געבן. מיר בעטן זיי זאלן אונז אויסשטרעקן דעם האנט אויף צוריק און אונז העלפן אריבערגיין דעם שווערן כוואליע בשלום. אזוי לאנג ווי מיר קעמפפן קעגן זיך אליינס, מיט זיך אליינס, איז נישט דא קיין גרויסע אויסזיכטן פאר א געווינס; אבער די גרופע שטעלט אונז צו א זיכערהייטס רינג, א נעץ אין וועלכן מיר קענען אריינשפרונגען און בעטן הילף פון אזעלכע וואס וועלן זיך פרייען עס אונז צו געבן.

    פאר אסאך מענטשן איז עס זייער א שרעקעדיגער טריט זיך אנצושליסן אין א גרופע און עס ברענגט זיי ארויף אסאך חששות און פחדים, ווער ווייסט וועמען איך גיי טרעפן דארט, און וואס וועט פאסירן אויב מען וועט געוואר ווערן אז איך גיי צו אזא גרופע?

    מיר זענען אויך אריבערגעגאנגען די פחדים און דערפאר טאקע פארשטייען מיר זיי, אבער אונזער ערפארונג האט אונז איבערצייגט אז עס איז נישט דא פון וואס מורא צו האבן. דער אמת'ער מורא דארפן מיר האבן פון וואס וועט פאסירן מיט אונז אויב מיר וועלן זיך נישט אנשליסן אין די גרופע. די גרופעס אליינס זענען פולקאם אנאנים, און עס האט נאכנישט פאסירט אז איינער זאל דערציילן אין מקוה אדער אין קאווע שטיבל אז ער האט זיך באגעגענט מיט יענעם און יענעם ביי א גרופע פאר פארנאגראפיע עדיקטס... איך מיין אז יענער פארשטייט אליינס וואס די ערשטע פראגע וועט זיין וואס יעדער וועט אים צוריק פרעגן: און וואס פונקטליך האסטו געזוכט דארט...

    עס איז אמת אלזא אז עס איז שרעקעדיג זיך אנצושליסן אין אזא גרופע, אבער מיר האבן נישט קיין ברירה נאר דורכצוגיין דעם שרעק און טון דעם ריכטיגן זאך, ווייל אויב מיר וועלן בלייבן ביים אלטן און נישט קומען צו א גרופע, וועלן מיר ווייטער פאלן און דעמאלס איז דא א פיל גרעסערע מורא: אז מען וועט אונז כאפן ביים פאלן (און עס וועט דיר נישט העלפן צו טראכן אז "צו מיר וועט עס נישט פאסירן", ווייל די אלע וועלכע מען האט געכאפט פאר דיר, און עס איז נעבעך נתגלה געווארן קלונם ברבים, די אלע האבן אויך אזוי געזאגט). די אומבאקוועמליכקייט פון דאס באגעגענען זיך מיט אנדערע מענטשן ווערט בדרך כלל צורינען ביז געציילטע מינוטן, ווען מיר הייבן זיך אויף די אויגן און מיר הייבן זיך אן ארום קוקן און מיר זעען אז קיינער אין די גרופע פארמאגט נישט קיין הערנער און בסך הכל רעדט זיך עס פון ערנסטע מענטשן וועלכע זענען גרייט צו אינוועסטירן שווערע ארבעט און אומערמידליכע כוחות אויפצוהערן דאס פאלן זייערע, און דעמאלס כאפט מען זיך גאר אז עס איז דוקא א זכי'ה צו זיין א טייל פון אזא גרופע.

    אין צוגאב צו די לעבעדיגע גרופעס זענען אויך פארהאן טעלעפאנישע גרופעס (דערווייל זענען די טעלעפאן גרופעס אין ענגליש, מיר האפן אנצוהייבן אזעלכע גרופעס אויף אידיש אויך) וועלכע זענען זייער צוגעפאסט פאר נייע חברים וועלכע זוכן א גרינגערן ארט ווי אנצוהייבן, און זיי זענען אויך גוט פאר די וואס זענען שוין אין די לעבעדיגע גרופעס אבער זיי זוכן א צוגאב צו די לעבעדיגע גרופעס. גאר אפט מאכט זיך אז נייע חברים שפירן אז זיי זענען נאך נישט גענוג רייף זיך אנצושליסן אין א לעבעדיגע גרופע און זיך צו אנטפלעקן פאר אנדערע, און צומאל האבן זיי פשוט מורא אז דער פראגראם איז פשוט נישט צוגעפאסט פאר זיי.

    פאר די מענטשן איז א טעלעפאנישע גרופע גאר א גוטער לייזונג, וויבאלד דארט דארף מען זיך נישט אידענטיפיצירן און מען קען זיך אנשליסן, זיך צוהערן און אפילו פרעגן פראגעס, און אזוי ארום באקומען א בעסערן בילד אויף דעם פראגראם אן זיך ווייזן דעם פנים, און אזוי ארום באקומען א בעסערן געפיל איבער דאס אנשליסן זיך אין א לעבעדיגע גרופע.

  • איז דער פראגראם איינשטימיג מיט אידישקייט?

    דער צוועלעף סטעפ פראגראם איז א פראגראם זיך צו טוישן דעם גאנצן וועג פון לעבן. דא האבן מיר מיטגעלעבט דעם אפענעם נס וואס ג-ט האט געמאכט פאר אונז ווען מיר האבן גענומען אונזער ארבעט מיט די פולע ערנסטקייט. און מיר האבן אויך געזעהן דעם זעלבן נס געשעהן איין מאל און נאכאמאל, פאר די וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין אונז און האבן געארבעט דעם פראגראם מיט די פולע ערנסטקייט און מיט א פעסטע התמדה.

    אבער דער פראגראם איז נישט אלעמאל אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס; גאר אפט טרעפט מען זיך שטיין צומישט, פיל מיט שוועריגקייטן, פראגעס וועלכע עסן אונז אויף פון אינעווייניג. ווי עס זעהט אויס זענען מיר נישט די ערשטע פאר וועמען עס קוקט אויס זייער פארפלאנטערט: איינס פון די שווערע פראגעס וועלכע האבן געמוטשעט די ערשטע מעמבערס פון דעם אריגינעלן צוועלעף סטעפ פראגראם, אלקאהאליקס ענאנימוס, איז געווען וויאזוי אנצוקומען צו גלייבן אין ג-ט. וואס דאס איז איינס פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פון דעם פראגראם.

    טייל פון די זענען געווען פולקאמע אטעאיסטן, אנדערע זענען טאקע נישט געגאנגען אזוי ווייט אבער זיי האבן זיך דאך נישט געזעהן אלס גלויביגע, און אנדערע ווידער זענען טאקע יא אויפגעוואקסן גלויביג, אבער די פראבלעמען פון זייער לעבן, און בעיקר, זייער פארמעסט מיט דעם אדיקשאן צו אלקאהאל, האט זיי אוועק געפירט זייער ווייט פונעם אויבערשטן. איינער פון די גרינדער פלעגט זיך ארום דרייען אין די גאסן פון ניו יארק און פלעגט אויפזוכן די אלקאהאליקער און זיי זאגן מיט אייפער: "אדער טרעפט איר ג-ט אדער וועט איר שטארבן!"

    דאס איז גארנישט געווען קיין קליינער דילעמא. דער סכנה צו שטארבן פון אלקאהאל איז זייער א שטארקער, אבער פון די אנדערע זייט ווידער, אנצוקומען צו גלייבן אינעם אויבערשטן, דאס איז שוין אויך גארנישט קיין פשוט'ע אויפגאבע. פון איין זייט זענען געשטאנען די מעמבערס וועלכע האבן זייער קלאר געשטעלט אז ג-ט האט געטון פאר זיי דאס וואס זיי האבן בשם אופן נישט געקענט טון פאר זיך אליינס; אבער פון די אנדערע זייט האט זיך געפאדערט פאר דעם גאר א הויכער פרייז. אפשר אפילו צו הויך. מען רעדט דאך נישט דא פון עפעס אזא אויבערפלעכליכע אמונה. דא רעדט מען פון א אמת'ע, שטארקע, טיעפע אמונה. אזא אמונה וואס ברענגט מיט זיך דעם שטערקסטן באשלוס וואס א מענטש קען נאר מאכן - וואס דאס פאדערט זיך אויף זיך צו קענען ערהוילן - דעם באשלוס וואס אן דעם בלייבט דער וועג צום ערהוילונג פארשלאסן: "א באשלוס איבערצוגעבן אונזער לעבן און אונזער רצון צום אויפזיכט פונעם אויבערשטן".

    די איינציגסטע וועג פאר יענע מענטשן צו קענען אנקומען צו גלייבן אין ג-ט איז געווען דורך דעם וואס מען האט זיי געגעבן דעם מעגליכקייט, פאר יעדן איינעם באזונדער, צו גלייבן אין ג-ט לויט ווי ער פארשטייט אים. אין יענע צייט איז עס געווען עפעס אן אופרייס פון א געדאנק, אבער דאס האט אויסגעפלאסטערט דעם וועג פאר יעדן איינציגסטן מענטש אויף דער וועלט זיך צו קענען אנשליסן אין דעם פראגראם, וויבאלד קיינער איז דאך נישט געצוואונגען צו גלייבן אין ג-ט אויף דעם זעלבן אופן ווי יענער, קיינער 'מוז' נישט מסכים זיין מיט דעם אנדערן אויף דעם וועג 'וויאזוי' ער גלייבט אינעם אויבערשטן.

    און אזוי ארום זענען צוגעקומען נאך פינף ווערטער צו דעם נוסח פון דעם באשלוס: מיר האבן באשלאסן איבערצוגעבן אונזער לעבן און אונזער ווילן צום אויפזיכט פון ג-ט "לויט ווי מיר פארשטייען אים".

    מיר אבער, שטייען פאר א פארקערטן דילעמא: מיר גלייבן אין אויבערשטן – אין דעם איז דאך בכלל נישטא קיין פראגע. און אויך "דער ג-ט לויט ווי מיר פארשטייען אים" איז דאך דער זעלבער ג-ט ביי אונז אלע; שטעלט זיך אלזא די פראגע צו קען דער דאזיגער פראגראם ארבעטן אויך פאר אונז מאמינים?

    אין דעם ערשטן בוך איבער דעם פראגראם איז פארהאן א גאנצער קאפיטל אונטער דעם קעפל: "מיר די אטעאיסטן", ווידער אבער ביי אונז איז דאך שטענדיג דער נושא פונקט פארקערט: "מיר די מאמינים". יעדער נייער חבר טרעפט זיך מיט די זעלבע פראגעס, ווי למשל: צו קענען זיך ערליכע אידן, מאמינים בני מאמינים, באנוצן מיט דעם זעלבן פראגראם וואס גוי'אישע אלקאהאליקער און שיכורים האבן אויסגעטראפן און מייסד געווען? און וואס קען שוין דער פראגראם מחדש זיין פאר א איד וועלכער איז אויפגעוואקסן פון קינדווייז אן אין א וועלט פון תורה, חסידות און מוסר? איז דא אין דעם פראגראם זאכן וועלכע זענען נישט אזוי איינשטימיג מיט דעם גייסט פון די תורה און אידישקייט? און אויב נישט, און אלעס געפונט זיך טאקע אין די תורה, דעמאלס פארוואס דארפן מיר גיין אזוי ווייט און זיך באנוצן מיט דעם גוי'אישן פראגראם, פארוואס זאלן מיר עס נישט בעסער נעמען גראד פון דעם מקור, פון די תורה?

    די ערשטע אידן וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין דעם פראגראם האבן זיך שטארק געמוטשעט מיט די דאזיגע פראגעס, און זיי האבן עס אויסגעטרעטן דעם וועג פאר אונז, ווען דער גרעסטער טעסט, דער טעסט פון תוצאות איז דער בעסטער איבערצייגער: טויזענטער חברים וועלכע האבן זיך ערהוילט פון א האפענונגסלאזער מצב און זיי זענען היינט ערליכע אידן, יראי ה' וחושבי שמו, זיי זענען די שטערקסטע הוכחה וואס קען נאר זיין אז דער פראגראם פון די סטעפס איז שוין איינמאל פאסיג פאר אונז, און אז דער נוצן וואס מיר קענען ארויסנעמען פון דעם איז פיל ברייטער פון דעם תחום פון זיך פארמעסטן מיט אונזער אדיקשאן. פילע אלט געזעסענע חברים דערציילן אז דער פראגראם האט זיי דוקא געברענגט פיל נענטער צום אויבערשטן, נישט נאר מיט דעם וואס זיי האבן אויפגעהערט פאלן, נאר אויך אין דעם ענין פון דאווענען, לערנען און קיום המצוות למעשה. די אלע זאכן האבן זיך ביי זיי פיל פארבעסערט און פארשטערקערט צום נישט דערקענען, און אלעס דורך דעם פראגראם.

    הרב דר. אברהם יהושע טווערסקי דערמאנט דעם פראגראם פון די סטעפס אין פילע פון זיינע ספרים און שרייב ווערק, ער האט אפילו אפגעריבן א גאנצן ספר איבער די סטעפס פון א אידישן קוק ווינקל (צוועלעף אידישע סטעפס פאר ריקאווערי) און נאך א ספר (תשובה דורך ריקאווערי) אויף צוצוגלייכן תשובה צו די צוועלעף סטעפס. הרב טווערסקי ווערט היינט פאררעכנט ביי פילע (ספעציעל ביי עדיקטס) אלס א שטארקער אויטאריטעט איבער אלע עניינים פון אדיקשאן. הרב טווערסקי זאגט גאר אפט אז די גדולי המוסר והחסידות וואלטן געקענט קלאגן אין געריכט די גרינדער פון דעם צוועלעף סטעפ פראגראם פאר השגת גבול, וויבאלד די גאנצע צוועלעף סטעפס זענען גענומען געווארן גראד פון די ספרי קודש. און עס איז נישט שווער אליינס צוצוקומען צו דעם מסקנא, עס איז גענוג פשוט אפצולייענען די צוועלעף סטעפס אויף צו זעהן אז עס איז נישט דא קיין שום חידושים אין קיין איינס פון די סטעפס, עס ממש תורה מסיני. זינט ווען איז דאס א חידוש אז א איד דארף דאווענען צום אויבערשטן, העלפן פאר אנדערע און פארגיטיגן פאר די וועמען ער האט וויי געטון?

    ווער עס וועט עס נאר אליינס בודק זיין וועט גלייך זעהן אז עס איז נישט פארהאן קיין שום חשש, אפילו נישט קיין קליינע, אז די רעיונות פון די צוועלעף סטעפס זענען נישט איינשטימיג מיט אידישקייט. אדרבא, ווער עס האט מורא איז העפליך געלאדענט איבערצוגיין די סטעפס און אנצייגן וועלכע פון זיי מען קען נישט געפונען אין די ספרי קודש פונקט אזוי. אט איז א קורצע פארגלייך:

    סטעפ איינס און צוויי: "מיר האבן אנערקענט אז מיר זענען מאכטלאז אנקעגן לאסט" און "מיר זענען אנגעקומען צו גלייבן אז א העכערער כח פון אונז קען אונז צוריק קערן צו נארמאלקייט", אט האט איר עס גראד פון אונזערע מקורות: "אלמלא הקב"ה עוזרו אינו יכול לו".

    סטעפ דריי: "מיר האבן בשלאסן איבערצוגעבן אונזער לעבן און אונזער ווילן צום אויפזיכט פונעם באשעפער לויט ווי מיר פארשטייען אים"; און פון אונזערע מקורות: "על חיינו המסורים בידך".

    ווייטער: סטעפ פיר, פינף, זעקס און זיבן איז דאך פלעין און פשוט עבודת המידות, סטעפ אכט און ניין איז די ארבעט פון בין אדם לחבירו, סטעפ צען איז צו לעבן מיט א חשבון הנפש, סטעפ עלעוו איז תפילה (א מצוות עשה), און סטעפ צוועלעף איז העלפן א צווייטן, מיט א ספעציעלן דגוש אז "יותר ממה שהבעל הבית עושה עם העני – העני עושה עם בעל הבית". מער ווי דער בעל הבית (דער נותן) טוט מיט דעם ארעמאן, טוט דער ארעמאן מיט דעם בעל הבית.

    אבער דא שטעלט זיך אלעמאל די פראגע וואס פרעגט זיך כמעט ווי פון זיך אליינס, און עס איז טאקע גאר א הארבע פראגע, אפשר אפילו מער ווי דער פריערדיגער: אויב טאקע אלעס קומט פון די תורה, פארוואס דעמאלס פעלט אונז אויס צו פאשען אין פרעמדע פעלדער? מיר האבן דאך אט יעצט קלאר געמאכט אז אין דעם פראגראם איז נישט פארהאן קייין שום חידוש און מיר האבן עס אלעס אין אונזער תורה און הייליגע ספרים, פארוואס דעמאלס זאלן מיר זיך באנוצן מיט דעם צוועלעף סטעפ פראגראם און זיך נישט באגענוגען מיט שיעורים אין מוסר און חסידות און זיך אריינלייגן שטארק אין לערנען תורה?

    און צומאל ווערט די זעלבע פראגע געפרעגט אויפן פארקערט אופן: "איך האב שוין פרובירט דעם דאזיגן לייזונג, גראד פונעם מקור, און עס האט נישט געארבעט פאר מיר, פארוואס עפעס זאל עס דאס מאל יא ארבעטן?" איך בין אויפגעוואקסן, און זיך געפירט, מיט די הייליגע ווערטער פון די גמרא "משכהו לבית המדרש" און איך האב עס געטון אלע יארן, איך האב געדאווענט און געבעטן דעם אויבערשטן מיט ביטערער טרערן אז ער זאל מיך ראטעווען פון די שרעקליכע נפילות, איך האב געפאסט, איך בין געגאנגען אין מקוה און געדאווענט ביי קברי צדיקים און געבעטן ברכות ביי אלע צדיקים און גדולי ישראל, אבער גארנישט האט נישט געהאלפן, און יעצט קומט איר און ברענגט מיר ווידער פונקט דעם זעלבן לייזונג.

    נו וואס איז טאקע דער ענטפער? שטעלט זיך גאר ארויס – ממש א סורפרייז -  אז דער פראבלעם איז גאר געווען אין אונז. די תורה, די תפילות און דער אויבערשטער זענען אלע געווען פיין, אבער מיר האבן זיך באנוצט מיט זיי אויף דעם נישט ריכטיגן וועג. דער פראגראם קומט טאקע נישט ברענגען קיין חידושים, עס קומט נאר אונז צו ערמעגליכן זיך צו באנוצן מיט די מעגליכקייטן וועלכע זענען אלעמאל געווען אין אונזערע הענט אבער מיר האבן נישט געוואוסט פון דעם.

    ווי איינער פון די לאנגיעריגע חברים האט דאס מסביר געווען איז דער פראגראם א העירינג עיד, (א הערונגס אפאראט): דער אויבערשטער האט גערעדט צו אונז, די תורה האט אונז גערופן, אבער מיר האבן געליטן פון א פראבלעם וועלכע האט געברענגט אז מיר האבן גארנישט געהערט. דער פראגראם טוישט נישט דעם אויבערשטנס רוף צו אונז און אוודאי נישט די זאכן וואס שטייט געשריבן אין די תורה, עס איז פשוט א טעכנישער אפאראט וועלכע ערמעגליכט אונז זיך איינצוהערן און צו דערהערן דעם רוף וועלכע האט אונז שטענדיג גערופן צו זיך.

    וואס עס האט אונז געפעלט איז נישט געווען מער אינפארמאציע און וואוסנשאפט, און אויך נישט די ריכטיגע וויסנשאפט, נאר א וועג וויאזוי אויסצופירן פאקטיש אין לעבן די וויסנשאפט וואס מיר האבן שוין געהאט; און דאס איז טאקע פונקטליך וואס דער פראגראם געבט אונז. דער פראגראם פון די סטעפס האט גענומען די אלע הויכע געדאנקען און רעיונות און האט זיי מסדר געווען אין א שיינעם, פשוט'ן (כאטש נישט א גרינגע) וועג, אויף אן אופן ווי מיר קענען עס לייגן לידי מעשה, עס פאקטיש דורכצופירן אין אונזער טאג טעגליכן לעבן, און אין צוגאב האבן מיר באקומען א גרופע וועלכע העלפט אונז און גיבט אונז די שטיצע וואס מיר דארפן האבן עס צו קענען אויספירן.

    יעדער ערליכער איד וואס פירט זיך לויט די תורה הק' ווייסט אז ער דארף מאכן א חשבון הנפש, כאטש יעדע שטיק צייט, און ער ווייסט אויך אז ער דארף אריינלייגן א גרויסע עבודה זיך אויסצוארבעטן די מידות, אבער וויפיל מענטשן טוען דאס טאקע, וויפיל מענטשן לעבן זייער לעבן אויף אזא אופן? אין דעם פראגראם אבער ארבעטן מיר די סטעפס ווייל מיר ווייסן אז מיר האבן נישט קיין אנדערע ברירה און אויב מיר וועלן עס נישט טון וועלן מיר צוריק גיין צו אונזערע אלטע וועגן, צו אונזער אדיקשאן און צו ווייטערע נפילות.

    אמת, מיר זענען טאקע אלע אנגעקומען דא אהער זייענדיג מאמינים בני מאמינים אינעם לעבעדיגן ג-ט, נישט דאס איז אונזער דילעמא. אבער דאס וואס האט זיך געפאדערט פון אונז איז מיט גארנישט אנדערש פון דאס וואס האט זיך געפאדערט פון די אטעאיסטן וועלכע זענען אנגעקומען צום פראגראם, און מעגליך גאר אז פאר אונז איז עס אפילו שווערער דורכצופירן, און די פאדערונג איז: אז מיר זאלן דורכגיין אן ערנסטע טויש אין אונזער גאנצער לעבנסוועג, אזא מין טויש אז מיר זאלן צוקומען צו אזא סארט אמונה וואס וועט האבן א דירעקטע השפעה אויף אונזער טאג טעגליכן לעבן, אין די טיעפסטע מקומות פון אונזער נשמה און אונזער לעבן.

    עס איז נישט גענוג מקיים צו זיין די מצוות "כמצוות אנשים מלומדה", פשוט ווייל מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן און דאס איז אונזער קולטור, מיר מוזן באמת איבערגעבן אונזער לעבן און אונזער ווילן צו דעם אויפזיכט פון ג-ט. ווען מיר האבן דאס געטון מיט אן אמת'דיגקייט, האבן מיר זוכה געווען צו א נייעם קשר, אן אמת'ן קשר, מיט א ליבליכן ג-ט; און אפילו אויב פאר פילע יארן האבן מיר געשפירט א פרעמדקייט, א פחד אדער אפילו אינגאצן אפגעהאקט, האבן מיר אצינד זוכה געווען צוריק מקושר צו ווערן צום אויבערשטן אויף דעם ריכטיגן וועג.

  • וואס איז דאס אדיקשאן?

    פארוואס איז עס אזוי שווער אויפצוהערן? דאס איז זייער א שווערע פראגע. לכאורה רעדט זיך דא פון גאנץ א פשוט'ע זאך; מיר ווייסן דאך שוין פון ערפארונג, אז יעדעס מאל וואס מיר הייבן זיך אן באשעפטיגן מיט לאסט, ענדיגט זיך דאס מיט א ווייטאגליכע נפילה. נו אויב אזוי, פארוואס דעמאלס ארבעט נישט דער געווענליכער שכל הישר, נישט צו טון דאס וואס ברענגט אונז ווייטאג?

    אפשר פעלט זיך פשוט אויס אז מיר זאל זיך בעסער קענענלערנען? אויב מיר וועלן זיך אויסלערנען צו אידענטיפיצירן די פלעצער וועלכע ברענגען אונז צו צו פאלן, אויב מיר וועלן אינדענטיפיצירן די מצבים וועלכע ברענגען אונז צו זיך צו באשעפטיגן מיט לאסט אויף צו אנטלויפן פון זיי, אדער פון אנדערע שוועריגקייטן אין לעבן, אויב מיר וועלן זיך אויסלערנען איינצוטוישן דעם שלעכטן געוואוינהייט אויף גוטע, פאזיטיווע געוואוינהייטן, פארוואס זאלן די זאכן אליינס נישט זיין גענוג?

    און וואס טוט זיך מיט חתונה האבן, פארוואס האט דאס מיר נישט געהאלפן? פארוואס האלט איך אין איין פאלן אפילו יעצט ווען איך האב שוין אן אייגענע פרוי? דאס האט דאך לכאורה געדארפט זיין דער פערפעקטער לייזונג צו מיין פראבלעם? און ווער רעדט נאך פון "משכהו לבית המדרש", דאס האט דאך געדארפט צו ארבעטן נאך וואס די אנדערע זענען שוין דורכגעפאלן?

    די ערפארונג פון גאר אסאך עדיקטס, אין פארשידענע סארטן עדיקשאנס, אויף פארשידענע סארט לעוועלס, האט אויפגעוויזן קליפ און קלאר, אז בדרך כלל וועלן די אלע געווענליכע סארט לייזונגען און עצות נישט העלפן. פשוט, עס ארבעט נישט. נישט קיין חילוק צו מען רעדט פון זיך פארבעסערן אין לימוד התורה און תשובה טון, אדער מען רעדט פון גיין צו פראפעסיאנאלע הילף. צו מען רעדט פון פרובירן מיט אלע כוחות זיך אפצוטשעפענען פון דעם אינטערנעט אדער סיי וועלכע אנדערע עצה, דער סך הכל איז די זעלבע: עס ארבעט נישט! און יעדעס מאל טרעפן מיר זיך נאכאמאל צוריק אין דעם זעלבן ארט וואס מיר ווילן אזוי נישט אנקומען אהין.

    ווי מיר האבן איינגעזעהן פארמאגט אונזער פראבלעם דריי זייטן, און עס איז נישט מעגליך זיך צו ערהוילן אן דעם וואס מען זאל אדרעסירן אלע דריי, און אן דעם איז נישט דא קיין גרויסע אויסזיכטן אויף אמת'ע, לאנג-טערמיניגע, ריקאווערי און ניכטערקייט. די דריי זייטן זענען: עמאציאנעל, פיזיש און רוחניות'דיג. און אויף צו לייזן דעם פראבלעם אין די אלע דריי, פעלט זיך אויס א ברייטער מהלך, וועלכע זאל ארייננעמען אלע דריי.

    עמאציאנעל

    דער עמאציאנעל זייט איז דער קלארסטער: מיר זענען פשוט נישט מצליח אויפצוהערן צו פאלן. מיר ווייסן זייער גוט אז דאס איז שלעכט און אז עס טוט וויי, אבער די דאזיגע אינפארמאציע העלפט אונז עפעס נישט, און מיר האלטן אין איין פאלן, ממש קעגן אונזער אייגענעם ווילן. עס פעלט אונז עפעס דעם נאטורליכן עמאציאנעלן מעכאניזם וואס דארף אונז אפהאלטן פון צו טון זאכן וועלכע טוען וויי. א מענטש וואס האט איין מאל צוגערירט א הייסן טאפ און זיך גוט אפגעבריעט וועט זיך גוט אכטונג געבן עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל. אבער מיר האבן זיך שוין אפגעבריעט אזויפיל מאל און מיר קענען נאך אלץ נישט אויפהערן. יעדעס מאל זענען מיר איבערצייגט אז "דאס מאל וועט דער טאפ נישט זיין הייס" און אנשטאט א ברי וועלן מיר באקומען א געשמאקער גלעט...

    און פארשטייט זיך אז די לאסט דינט אונז אלס א גוטער אנטלויף מיטל פון אנדערע שוועריגקייטן אין לעבן, ווי אזא מקום מקלט פון די פארמעסטן קעגן וועלכע מיר שפירן זיך צו שוואך.

    צו דעם קומט צו נאך א נקודה וואס פילע חברים שילדערן. ווי עס קוקט אויס דינט אונז לאסט פאר נאך עפעס, עפעס פיל מער ווי סתם אן אנטלויף מיטל און א מקום מקלט. די חברים דערציילן איבער א געוויסע סארט געפיהל וואס זיי האבן בשעת די נפילה, אין יענעם מאמענט; זיי שפירן אנגענומען, זיי שפירן א געוויסע ווארעמקייט, א געפיהל אז עפעס א גאר טיפע באגער און געברויך ווערט יעצט דערפילט, א געוויסע סארט געפיהל פון שלימות.

    פיזיש

    די פיזישע זייט רופן מיר אן מיטן נאמען "אלערגיע", צו באצייכענען דעם אומנארמאלן רעאקציע פון וועלכן מיר ליידן. מיר זענען אוודאי נישט קיין פראפעסיאנאלן און מיר נעמען נישט קיין שטעלונג איבער דעם "אלערגיע" פון א מעדיצינישע אדער א וואוסנשאפטלערישע זייט, אבער דאס נוצן דעם ווארט העלפט אונז ערקלערן פילע זאכן וועלכע מען קען נישט פארשטיין אן דעם.

    געווענליכע מענטשן קענען זיך אפשר באנוצן מיט אביסל פארנאגראפיע און גלייך אויפהערן, אבער נישט אונז. עס זענען פארהאן אזעלכע וואס קענען זעהן א פראבלעמאטישן בילד און זיך אפשטעלן ביי דעם. אבער אונז, ווי נאר מיר האבן זיך נאכגעגעבן דעם ערשטן רייץ, ווערן מיר ווי א קאר אן קיין ברעיקס וועלכע פליעט אראפ א געדרייטן בארג. 'עפעס' אין אונזער סיסטעם ארבעט נישט גוט און אפילו ווען מיר ווייסן מיט די פולסטע זיכערקייט (אין א נארמאלע מינוט) אז אונזער ערשטע טריט אין דעם ריכטונג גייט אונז אריינפירן אין א גליטש וואס גייט זיך ענדיגן מיט צושמעטערטע ביינער, וועלן מיר זיך נאך אלץ איינרעדן אז דאס מאל וועט זיין אנדערש און דאס מאל וועלן מיר יא מצליח זיין זיך אפצושטעלן פאר עס וועט זיין צו שפעט.

    פונקט ווי א מענטש וואס איז אלערגיש צו פינאטס, וועט זיין קערפער האבן א אומנארמאלע רעאקציע אויב ער וועט עסן באמבא, פונקט אזוי וועט אונזער קערפער האבן א אומנארמאלער רעאקציע ווען מיר ווערן אויסגעשטעלט צו א סעקשועל רייץ. נאר ביי אונז שטעלט זיך עס נישט אויס מיט א אויסשלאג אויף די הויט אדער שוועריגקייטן צו אטעמען; אנשטאט דעם שטעלט זיך עס אויס אין א אומקאנטראלירבארער געברויך זיך צו באנוצן מיט נאך און נאך און נאך לאסט, און מיר קענען זיך נישט אפשטעלן ביז מען טראסקעט.

    רוחניות'דיג

    ווען מיר רעדן פון דעם רוחניות'דיגן זייט רעדן מיר נישט פון דעם רעליגיעזן זייט פון דעם נפילה נאר פון אונזער צוגאנג און בליק אויפן לעבן, די צוגאנג וואס אן א טויש אין דעם וועלן מיר זיך נישט קענען ערהוילן. אונזער פראגראם איז באזירט בעיקר אויף דעם זייט, דורך א רוחניות'דיגער לייזונג.

    ווען מיר זאגן דעם ווארט "רוחניות" באציען מיר זיך צו א טויש וואס מיר מוזן אריבערגיין, פון א וועג פון לעבן וועלכע איז באזירט אויף דעם אייגענעם רצון, צו א וועג פון לעבן וועלכע איז באזירט אויף וואס מיר קענען געבן, אנשטאט אויף וואס מיר קענען נעמען און באקומען. דאס פאלן אין אונזער אדיקשאן – פונקט ווי יעדע אנדערע אדיקשאן – איז א פעולה וועלכע איז פונקט פארקערט פון רוחניות, וויבאלד די פעולה – וואס אימער עס זאל נאר זיין – ווערט געטון מיט זיך אין קאפ. די גאנצע קאפ איז קאנצענטרירט נאר אין זיך אליינס, אן קיין שום מחשבה איבער אנדערע. דאס איז דער בולט'סטער סימפטאם פון אדיקשאן. און טאקע דערפאר פאדערט ריקאווערי פונקט דאס פארקערטע פון דעם, אז דער מענטש זאל ארויסגיין פון דעם זעלבסט קאנצענטרירונג, און ארייננעמען ג-ט אין דעם בילד.

  • וואס פונקטליך זענען די באדייטן פון א פאל און פון ריינקייט?

    דער ריינהייט באדייט פון פי עי

    דער געמיינזאמער ערפארונג פון די ריקאווערי גרופעס ווייזט קלאר אז אדיקשאן איז א גלייכער, אלוועלטליכער פראבלעם, וועלכער טוט נישט אינטערשיידן צווישן מענער און פרויען, צווישן פעלקער און ראסן אדער צווישן יונג און אלט. אלע עדיקטס ליידן פון א קאמפליצירטן פראבלעם וועלכע באשטייט פון רוחניות, עמאושאנעל (נפש) און פיזיש (גוף).

    אבער אלע אדיקשאנס זענען נישט אינגאנצן אייניג, עס זענען פארהאן שטארקע חילוקים אין וויאזוי דער אדיקשאן ווייזט זיך ארויס. צומאל שטעלט זיך עס ארויס דורך אן אדיקשאן צו א געוויסן סובסטאנץ (אזוי ווי אלקאהאל אדער דראגס), צומאל צו א געוויסער התנהגות (אזוי ווי עסן אדער געמבלען), און צומאל איז עס א צוזאמענשטעל צווישן א סובסטאנץ און א התנהגות. און געוואנדן אין דעם האבן פארשידענע גרופעס זיך אויסגעקליבן וויאזוי אפצוטייטשן וואס ריקאווערי און ריינקייט טוט באדייטן ביי זיי. טייל וועלן לייגן דעם דגוש אויף דעם סובסטאנץ בשעת אנדערע וועלן עס לייגן אויף דעם התהנגות.

    מיר קענען נישט זאגן וואס איז ריכטיג פאר אנדערע, אבער עס קוקט אונז אויס אז פאר אונז, וואס מיר זענען אדיקטעד צו פארנאגראפיע, פעלט אויס זיך צו באציען צו ביידע, צום סובסטאנץ און צו דעם התנהגות ווי צוויי באשטאנדטיילן וועלכע טוען זיך ארויסהעלפן און ערגענצן איינער דעם צווייטן, און דערפאר, ווען מיר רעדן פון ריינקייט דארפן מיר זיך באציען צו ביידע סיי דעם סובסטאנץ און סיי דעם התהנגות.

     

    פי עי ריינקייט אפטייטש

    1. דער הויפט פראבלעם, פאר אונז, איז דאס אנרייצן זיך בכוונה צו סעקסישע געפיהלן, דורך סיי וועלכע סארט סעקסישע אינהאלט (אריינגערעכט מואוויס, בילדער, קליפס, זיך שרייבן, לייען מאטריאל, טעלעפאן שמועסן, טעקס אדער סיי וואס אימער). צוליב דעם וואס מיר ווייסן וואספארא גרויסע אויסוואל פון די סארט זאכן עס איז פארהאן, רופן מיר אן די אלע סארט זאכן מיט דעם שם הכולל: "פארנאגראפיע".

    2. פאר אונז איז יעדע סארט צוואנגהאפטיגע סעקסישע פעולה, אדער סיי וועלכע סעקסישע פעולה וועלכע איז נישט טייל פון א געזונטע, אינטימע באציאונג, א קלארע סימפטאם פון אונזער מחלה. אפגעזעהן פון דעם צו עס ווערט געטון אליינס, מיט א שותף אדער אויף א סקרין.

    3. אין צוגאב צו דעם ווילן מיר ארויסברענגען אז טעכנישע ריינקייט איז נישט דער ענד ציהל; מיר ציהלן אנצוקומען צו א ריקאווערי וועלכע דרוקט זיך אויס אין א נאכאנאנדע, שטאפלווייזע געווינס אויף אונזער צוואנגהאפטיגע פירונגען און אבסעסיוויע וועגן פון טראכטן.

    אין אנבאלאנגט צו דער פי עי ריינהייט אפטייטש:

    מיר אייסערן זיך נישט צו זיין א אויטאריטעט איבער דעם ענין, אדער אוועקצושטען ווינסשאפטלערישע, אדער אביעקטיווע באדייטן. דער ציהל פון דעם דאזיגן באדייט איבער דעם פראבלעם און איר לייזונג איז בלויז געשטעלט אונז צו העלפן צו ריקאווערן פון אזעלכע אקטיוויטעטן וועלכע מיר שפירן איז שעדליך פאר אונז.

    עס איז וויכטיג צו באטאנען אז פי עי איז נישט א געזעלשאפט פון מענטשן וועלכע זענען אויסגעשפראכן קעגן פארנאגראפיע אדער צו סיי וועלכע סעקסישע פירונגען צוליב איידלקייט, מאראל, רעליגיע אדער מענטשליכע סיבות. עס קען זיין אז עס זענען פארהאן אסאך מעמבערס אין פי עי וועלכע האלטן דוקא יא אזוי, אבער דאס איז נישט די שטעלונג פון אונזער געזעלשאפט.

    דער ציהל פון פי עי איז איין זאך: צו העלפן פאר מענער און פרויען וועלכע שפירן אז דאס אויפרייצן זיך אויף א סעקשועל וועג דורך סיי וועלכע פארנאגראפישע אינהאלטן, איז פאר זיי שעדליך און איז אן אויסדרוק פון א אומקאנטראלירבארע, צוואנגהאפטיגקייט; צוצוקומען צו ריינקייט און ריקאווערי.